דעם פארגאנגענעם דאנערשטאג נאכט (תבא) איז פארגעקומען א הערליכע שמחת החתונה, ווען עס איז געגאנגען אונטער די חופה החתן מו"ה ברוך הי"ו, בן המפיץ הגדול מוה"ר נתן יאקאבאוויטש שליט"א, עב"ג בת מו"ה הערש אלימלך דים הי"ו.
די חתונה איז פארגעקומען אין די זאלן פון ווילחאוויץ אין מאנסי, אלע בחורים זענען אהיימגעפארן פון קעמפ און זענען געפארן קיין מאנסי זיך משתתף צו זיין אין די פרייליכע חתונה.
די בחורים האבן שיין געטאנצן און משמח געווען דעם חתן, אויסער די שמחה פון א חבר וואס האט חתונה, איז דא געווען א ספעצילע שמחה ווען דער מחותן, ר' נתן יאקאבאוויטש, איז דער באקאנטער גרויסער מפיץ וואס האט שוין מקרב געווען טויזנטער אידישע קינדער צו די לימודים פון הייליגן רבי'ן, און מיט דעם זיי דערנענטערט צום אייבערשטן.
אסאך אידן בכלל און פילע אנשי שלומינו בפרט זענען געקומען צו די חתונה צו אנוואונטשן און זיך באדאנקען פאר דעם חשובן מחותן וואס האט זיי אזויפיל געהאלפן אין לעבן מיט דעם וואס ער האט זיי געגעבן די הייליגע קונטרסים וואס זיי געעפנט די אויגן און זיי געוויזן דער ריכטיגער וועג אין לעבן.
נאך די הערליכע חתונה איז דער עולם זיך צוגאנגען מיט פרייליכע הערצער אין א שפעטע שעה.
דעם דינסטאג איז פארגעקומען א שיינער שבע ברכות אין ישיבה, ספעציעל געווידמעט פאר אלע מפיצים. עס זענען זיך צוזאמגעקומען א גרויסע צאל מפיצים זיך מיטצופרייען מיט די שמחה. ביי די סעודה האט מען געהערט עטליכע חשובע רעדנער וואס האט ארויסגעברענגט די חשיבות פון הפצה, וואס דאס מיינט צו גיין טיילן ספרים און קונטרסים פאר אידישע קינדער, וואס כאטש וואס דאס איז נישט אלעמאל אזוי בא'טעמ'ט, איז דאס אבער א געוואלדיגע גרויסע זכות צו העלפן אידישע קינדער וואס מוטשען זיך אין לעבן, און די הייליגע קונטרסים קען זיי אזוי שטארק ארויסהעלפן, און דער מחותן איז א מוסטער פאר אלע מפיצים וואס גייען אין זיינע פיס טריט.
דערנאך האט גערעדט דער ראש ישיבה שליט"א, ער האט ארום גערעדט איבער דעם וואס מיר לערנען אין די וואכעדיגע פרשה די מצוה פון ביכורים, וואס דאס ווייזט אויף די מדה פון הכרת הטוב, מען דארף ברענגען ביכורים אין בית המקדש זיך צו באדאנקען פאר'ן אייבערשטן אויף די פרוכט וואס מען האט באקומען, און דעריבער האט דער ראש ישיבה געזאגט אז ער וויל זיך אויך באדאנקען פאר'ן חשובן מחותן ר' נתן וואס ער האט אים געגעבן דעם הייליגן ספר "אשר בנחל" מיט יארן צוריק, און דאס איז געווען דאס וואס האט אים מקרב געווען צו מוהרא"ש און צום הייליגן רבי'ן. און אזוי ווייטער האט דער ראש ישיבה גערעדט איבער די חשיבות פון גיין הפצה, און האט מסיים מיט דברי ברכה פאר די חתן כלה, פאר די מחותנים, און פאר אלע מפיצים.
צום לעצט האט מען געהערט עטליכע ווערטער פונעם חשובן מחותן ר' נתן, וואס האט אויך שטארק מחזק געווען די מפיצים.
נאכ'ן בענטשן האט מען געטאנצן און משמח געווען דעם חתן.
מיטוואך נאכט איז פארגעקומען א קלענערע שבע ברכות אין הויז פונעם ראש ישיבה שליט"א.
זאל דער אייבערשטער העלפן אז דער מחותן זאל זען אסאך אידיש נחת פון אלע זיינע קינדער און אייניקלעך געזונטערהייט, און די פרישע פאר-פאלק זאלן זוכה אויפצושטעלן א בית נאמן בישראל מיט דורות ישרים ומבורכים.
צו זען די ווידיא דרוקט דא.