א הערליכער באריכט קומט אריין פון ארץ ישראל, א גרויסן ישר כח פאר הר"ר יואל לעווי שליט"א פון בני ברק וואס האט באגלייט דעם ראש ישיבה, און האט אונז איבערגעגעבן דעם באריכט.
 
ר' יואל האט זיך צוערשט פארענטפערט אז ער קען נישט ארויסברענגען די הרגשים וואס עס טוט זיך דארט אפ, אבער האט באוויליגט צו פרובירן איבערצוגעבן די טעכנישע פרטים אין קורצן עד מקום שידו מגעת.
 
ווי שוין באריכטעט, איז דער ראש ישיבה אנגעקומען מאנטאג נאכמיטאג. די גאנצע נסיעה איז בכלל געווארן צוערשט באשטעטיגט הערשט פאריגע וואך מיטוואך, און מען האט געפלאנט דער ראש ישיבה זאל שוין קומען אויף שבת, אבער נאכדעם האט דער ראש ישיבה שליט"א געהאט אן אייניקל ביי הר"ר נתנאל פארקאש, האט דער ראש ישיבה שליט"א באשלאסן צו בלייבן. אבער פרייטאג ממש פאר'ן זמן האט דער ראש ישיבה געמאכט א טיקעט אויף זונטאג, בשעת אין ארץ ישראל איז שוין געווען שבת קודש, און אלעס איז געווארן פון איין מינוט אויף די צווייטע.
 
זונטאג האט דער ראש ישיבה נאך געגעבן א שיעור אין ישיבה פינף אזייגער נאכמיטאג, דער ראש ישיבה איז ארויסגעפארן שפעטער ביינאכט קיין ארץ ישראל און האט געלאנדעט אין ארץ ישראל מאנטאג בערך 6:00 אזייגער נאכמיטאג. די הנהלה פון ירושלים האט אפגעווארט דעם ראש ישיבה אין עירפארט, און דער ראש ישיבה איז גלייך געפארן קיין בני ברק צו די יארצייט פון רבי נתן, וואס איז פארגעקומען אין דעם זאל פון היכלי מלכות וואס איז געווען געפאקט מיט הונדערטער אידן צמאים לדבר ה'.
 
הרב אהרן וועבערמאן האט גערעדט א פאר מינוט וועגן די מוסדות, און נאכדעם האט דער ראש ישיבה געבעטן אז מ'זאל פרעגן שאלות. דער עולם האט געשריבן צעטלעך, גאר שיינע אקטועלע שאלות. און הרב יואל לעווי האט פארגעליינט א חלק פון די שאלות.
 
נאכדעם איז דער עולם אריבער געבן שלום. דער ראש ישיבה האט שפעטער געזאגט פאר הר"ר יואל, "יענעם האב איך געזען, אבער נישט אריבער, יענעם האב איך בכלל נישט געזען. און דא האב איך געזען א פאר נייע פנימ'ער וואס כ'האב נישט דערקענט." ס'זעט אויס אז דער ראש ישיבה האט יעדן באמערקט.
 
ביינאכט - זאגט אונז הר"ר יואל - אז ער האט געהאט די זכיה אז דער ראש ישיבה איז ארויף צו אים, און מ'האט טועם געווען עפעס, און דער ראש ישיבה האט זיך געלייגט שלאפן. דער ראש ישיבה האט אים געזאגט בערך איינס-צוויי ביינאכט, אז ער וויל אויפשטיין אום 8:00 אזייגער, ער זאל אים אויפוועקן, אבער א האלב פינף האט ער שוין געהערט דעם ראש ישיבה לערנען מיט א זיסע קול תורה. ער איז אריין אין קאך און האט געזען דעם ראש ישיבה זיצט מיט א משניות און זאגט משניות.
 
נאכדעם איז דער ראש ישיבה געגאנגען אין מקוה, און געלערנט אביסל, געשמועסט אביסל מיט די הנהלה. מ'האט געהאט אפגעשמועסט צו דאווענען שחרית מיט די מלמדים אין חדר, אבער ווען מ'איז אנגעקומען האט דער ראש ישיבה געזאגט אז ער וויל נישט מ'זאל מטלטל זיין א ספר תורה, האט דער ראש ישיבה געזאגט אז עס איז מער אויסגעהאלטן הלכה'דיג צו גיין דאווענען אין א דערנעבנדיגע בית המדרש. מען האט זיך טאקע געשטעלט דאווענען דארט א שיינע מנין פון אנשי שלומינו, און צוזאמען מיט לאקאלע מתפללים פונעם בית המדרש.
 
דארט איז דער רב'ס זון צוגעקומען צום ראש ישיבה - דער ראש ישיבה האט עס דערמאנט ביי די דרשות נעכטן עטליכע מאל - און אים געזאגט ווי ער זעט כסדר די גליונות וואס העלפן ארויס, און אזוי אויך האט ער אליינס פערזענליך ארויסגענומען גאר אסאך פון די שיעורים. דער ראש ישיבה האט זייער הנאה געהאט.
 
נאכדעם איז דער ראש ישיבה געגאנגען באזוכן אין חדר. דער ראש ישיבה איז געגאנגען אין יעדע פון די דריי כיתות באזונדער. מ'האט יעדן אינגעלע אויסגעהערט זיין מעשה פון תפילה, געגעבן א גוט ווארט מיט א נאש פאר יעדן איינעם, און דער ראש ישיבה האט געזונגען מיט זיי די "ואני" פון פרשת ויחי.
 
נאכדעם איז דער ראש ישיבה געגאנגען קיין בית פייגא. דארט איז אויך געווען זייער זייער שיין, און דער ראש ישיבה האט געגעבן פארשידענע הוראות פאר די הנהלה וואס מ'זאל טון, און אלע פארשידענע שאלות וואס מ'האט געהאט האט מען געקענט אויסשמועסן.
 
פון דארט האט זיך דער ראש ישיבה ארויסגעלאזט קיין מירון. אין מירון איז ער געווען ביי זיין זיידן, מען האט געדאוונט מנחה ביי רבי שמעון. נאכדעם איז דער ראש ישיבה געפארן צו רבי מאיר בעל הנס אין טבריה, דארט האט דער ראש ישיבה זיך שטארק מתבודד געווען, און ער האט געזאגט תהלים, און געצינדן א ליכט לכבוד רבי מאיר.
 
נאך רבי מאיר בעל הנס איז דער ראש ישיבה געגאנגען אויספאסטן מוצאי עשרה בטבת ביי הר"ר יוסף סאקס, דער מלמד פון טבריה. און ס'איז געווען זייער שיינע שמועסן, דער ראש ישיבה האט זייער הנאה געהאט דארט.
 
נאכדעם איז דער ראש ישיבה געפארן קיין יבנאל. דער ראש ישיבה איז אריין דארטן צום מוהרא"ש זי"ע, "אה, מוהרא"ש" האט דער ראש ישיבה אנגעהויבן אזוי צו בענקען "אה, אה," דער ראש ישיבה האט געזאגט תהלים, תיקון הכללי, און זיך מתבודד געווען, און געלערנט אשר בנחל.
 
נאכדעם איז מען געפארן אויף אלעד. אין אלעד האבן זיך צוזאמגענומען די תומכים פון די מוסדות, וואס געבן גרעסערע סכומים יעדן חודש מדי חודש בחדשו, ס'איז געווען בערך פערציג אידן ביי ר' נח לעווין אין דערהיים, און ס'איז געווען זייער א שיינע פארברענג. מ'האט געשמועסט דארטן פיר-פינף שעה, מ'האט פארציילט שיינע זאכן, דער ראש ישיבה האט פארציילט שיינע זאכן, מ'האט גערעדט פון הפצה, פון מלמדים, דער ראש ישיבה האט געבעטן אז מ'זאל פארציילן שיינע זאכן פון די מלמדים, דער ראש ישיבה האט אליין פארציילט אינטערעסאנטע זאכן, און ס'איז געווען זייער שיינע שמועסן.
 
און פון דארטן איז דער ראש ישיבה ארויסגעפארן קיין ירושלים. ער איז געשלאפן ביינאכט ביי הר"ר משה שמואל שטעסל, דעם מגיד שיעור. צופרי איז דער ראש ישיבה געקומען דאווענען שחרית אין בית המדרש, נאכדעם איז געווען א דף שיעור, מ'האט געקענט דורכגיין, און דערנאך איז דער ראש ישיבה געגאנגען צו בית פיגא. צו די חדר האט ער נישט אנגעיאגט.
 
און יעצט, בשעת מיר שרייבן די שורות מיטוואך נאכמיטאג, איז דער ראש ישיבה געפארן מיט די בחורים אויף מקומות הקדושים, ווי ער איז שוין געווען ביים אור החיים הקדוש און ביי שמעון הצדיק.
 
מער פרטים פון די געהויבענע נסיעה וועט בעז"ה נאכפאלגן.