א גאר שיינער ציבור פון נאנט און ווייט זענען זיך צוזאם געקומען פארגאנגענעם ליל שישי פרשת ויחי אינעם זאל פון עטרת חי' שרה אין מאנסי ביומא דהילולא קדישא דער הונדערט און אכציגסטער יארצייט פונעם גרויסן תלמוד פון הייליגן רבי'ן רבי נתן זי"ע ווי עס גלייכצייגיג אפגעהאלטן געווארן דער ערשטער יערליכער מסיבה לטובת מוסדות היכל הקודש בארץ הקודש לצדקת רבי מאיר בעל הנס.
 
דער ציבור האט זיך געוואשן צו א סעודה לכבוד דעם יארצייט, און עס האבן מיטגעהאלטן דעם הערליכן פראגראם וואס די גבאים פון רבי מאיר בעל הנס האבן צוגעגרייט.
 
דער ערשטער האט אויפגעטרעטן דער יושב ראש מו"ה מענדל קאהן הי"ו וואס האט אסאך מקבל געווען פון מוהרא"ש זי"ע, וואס האט פארציילט גאר אינטעראנטע עובדות וואס ער האט מיטגעהאלטן ביי מוהרא"ש זי"ע, צווישן זיי ווען ער האט אמאל געהערט אן אויסדרוק וואס מוהרא"ש זי"ע האט אמאל געזאגט איבער שטיצן די מוסדות "אויב מען געבט דא, ווערט מען געהאלפן", און דאס זעט מען כסדר, ווי עטליכע האבן פארציילט ברבים זייער געשיכטע ביים דינער ווי זיי האבן געהאט א גרויסע צרה, און נאכן געבן פאר מוסדות היכל הקודש בארץ הקודש לצדקת רבי מאיר בעל הנס זענען זיי געהאלפן געווארן שלא כדרך הטבע.
 
דערנאך האט מען געהאט די געלעגענהייט צו הערן אן אינהאלטספולע דרשה פונעם גאסט רעדנער דער באקאנטער רעדנער און עסקן מו"ה יונתן שווארץ הי"ו וואס איז באוויסט זיינע אויפטוען פאר כלל ישראל, ווי ער איז עוסק פאר'ן ציבור לשם שמים, וואס האט ארויסגעברענגט זיין פערזענליכע עדות אלץ א טאטע פון א תלמוד היכל הקודש, וואס פאר א נחת ער שעפט פון זיין קינד וואס פירט זיך אויף נח לשמים ונח לבריאות, און האט אפעלירט צום ציבור מען זאל זיך משתתף זיין מיט א ברייטע האנט זאגענדיג אז היכל הקודש איז די איינציגסטע מוסד וואס בעט אזוי ווייניג, און דער ראש ישיבה שליט"א איז פון די אנדערע זייט דער מנהיג וואס געבט פאר זיינע תלמידים אזוי סאך ברוחניות ובגשמיות.
 
דערנאך האט מען געהערט א קורצע רעפארט פונעם מנהל המוסד מו"ה אהרן וועבערמאן הי"ו וואס האט פארציילט עטליכע עפיזאדן פון די מוסדות אין ארץ ישראל, ווי שיין עס וואקסט און בליעט, און די נחת וואס מען האט ווען מען פאלגט א צדיק.
 
נאך זיין דרשה האט מען געוויזן פארן ציבור א גאר דראמטישע פרעזענטאציע, ווי מען האט געזען מיט די אויגן די הערליכע מוסדות, די טייערע מלמדים עוסקים במלאכת הקודש, די ריינע און לעכטיגע תלמידים, און וויאזוי מען געבט זיך אפ מיט זיי. מען איז געפארן פון ירושלים, קיין בני ברק, צו יבנאל און קיין טבריה, ווי מען האט מיטגעהאלטן לעבעדיג די אקטיוויטעטן פון די חדרים און ישיבה.
 
דערנאך האט מען געהאט די זכי' צו הערן דברות קודש, חיזוק און הדרכה פונעם ראש ישיבה שליט"א, וואס האט גערעדט פון די גרויסקייט פון הייליגן רבי נתן זי"ע אויף וועם דער הייליגער רבי האט זיך אויסגעדרוקט "ווען נישט רבי נתן וואלט נישט געבליבן פון מיר קיין בלעטל שמות", און האט פארציילט דער מערקווירדיגער סיפור התקרבות פון רבי נתן וואס האט זיך געווייקט ביי גרויסע צדיקים אבער האט נאך אלץ געשפירט אז עס פעלט אים עפעס, און ווי ער האט געזען אין חלום ווי ער פרובירט ארויפצוקריכן א לייטער אבער פאלט כסדר אראפ, און איינער שרייט אים פון אויבן "שטארק דיך און דערהאלט דיך", און שפעטער ווען ער איז נתקרב געווארן צום רבי'ן האט דערקענט אז דאס איז געווען דער הייליגער רבי, וואס דאס איז זיין לימוד און זיין עצה פאר אונז אלע און רבי נתן האט דאס איבערגעגעבן אלע יאר, און אפילו היינט הונדערט און אכציג יאר שפעטער, הערן מיר נאך זיין געשריי צו אונז "שטארקט אייך און דערהאלט אייך". דער ראש ישיבה שליט"א האט פארציילט ווי איינע פון רבינ'ס תלמידים האבן אים גע'עצה'ט ער זאל נישט פארקויפן זיין ווייב'ס שטערן טיכל כדי צו פארן צום רבין, און ער איז אים דאנקבאר געווען זיין גאנץ לעבן פאר די עצה, ווייל שלום בית איז געווען דאס וויכטיגסטע ביים רבי'ן, און דאס דארפן מיר נאכמאכן היינט, און טייער האלטן און מכבד זיין די ווייב, וואס דאס וועט אונז געבן אלע גוטע השפעות. רבי נתן האט זיך אלץ מחי' געווען מיט'ן דיבור פון רבין "סיי וואס עס ליגט דיר אויפן הארץ, שמועס דיך אויס מיט'ן אויבערשטן אזוי ווי מען רעדט מיט א חבר".
 
דערנאך האט מען געהערט עטליכע ווערטער פון מו"ה ישראל העסקעל הי"ו וואס האט איבערגעבן איבער די אינשורענס פאליסי וואס מען קען קויפן פון די מוסדות, און א שליח פון די מוסדות וועט כסדר מזכיר זיין ביים הייליגן רבי מאיר בעל הנס אין טברי' סיי וואס פארא ישועות, און וועט צינדן א ליכט און דערמאנען כסדר אלע נעמען פון אנשי שלומינו.
 
דער ציבור איז צוגאנגען אונטערן רושם פונעם הערליכן מעמד, מיט פרישע קבלות זיך אויפצופרישן אין עבודת ה'.