הערליכע יארצייט סעודה פון הייליגן רבי נתן זי"ע אין מאנסי
יג טבת תשפ"ד 📝
פארגאנגעם ערב שבת קודש עשרה בטבת העעל"ט איז אויסגעפאלן די יארצייט פונעם גרויסן תלמיד פון הייליגן רבין רבי נתן זי"ע, חסידי ברסלב איבער די גאנצע וועלט האבן געפראוועט דעם גרויסן יארצייט, ווי מען איז זיך צוזאם געקומען און גערעדט פון די זיסע עצות וואס רבי נתן האט אונז איבער געלאזט, און זיך פארגענומען צו גיין אין זיינע הייליגע וועגן, און צו פאלגן זיין צוואה וואס ער האט געבעטן פון זיינע תלמידים צו פארשפרייטן דעם הייליגן רבינ'ס אור ווייטער צו די גאנצע וועלט.
דער ראש ישיבה שליט"א האט געפראוועט דעם יארצייט צווישן אנשי שלומינו אין מאנסי ווי מען איז זיך צוזאם געקומען און זיך געוואשן צו א סעודה פארגאנגענעם ליל שישי, מען האט געזונגען שיינע ניגונים, און דערנאך האט מען געהאט די זכיה צו הערן א שטארקע שיעור פון ראש ישיבה שליט"א. דער ראש ישיבה שליט"א האט גערעדט איבער דעם אז אלע מתנות וואס מיר האבן באקומען פון רבי'ן, וואס יעדע פאר זיך איז שוין כדאי לעצמו, איז אלעס נאר צו פארדאנקען רבי נתן.
דער ראש ישיבה שליט"א האט פארציילט פון די התקרבות פון רבי נתן, ווי ער איז שוין געווען מקורב צו חסידות אבער ער האט געשפירט אז עפעס פעלט אים, מען האט אים געהייסן ברענגען בייגלעך פאר מלוה מלכה און ער האט נישט געשפירט ווי ער קומט ערגעץ אן, ער האט זיך אריינגעכאפט אין א בית המדרש און אנגעהויבן זאגן תהלים מיט גרויסע בכיות ביז ער איז אנטשלאפן געווארן אינמיטן, אין חלום האט ער געזען ווי ער קריכט ארויף אויף א לייטער און פאלט אראפ, ער קריכט נאמכאמאל און פאלט ווידער, און ווען ער האט שוין געהאלטן ביים אויפגעבן זעט ער א געשטאלט פון א מענטש וועמען ער האט נאך קיינמאל נישט געזען ווי ער שרייט צו אים "אינגערמאן דראפע און דערהאלט זיך", דער ראש ישיבה האט געזאגט די ווערטער "דראפע זיך און דערהאלט זיך" מיט גרויס התעוררות, ווי צו זאגן אז דאס איז דער עיקר וואס דער רבי וויל פון אונז, מיר שפיר אז מיר ווערן פארברענט, אלעס גייט אונז מיטן פיטום אראפ, און דער רבי שרייט צו אונז "כאפ דיך אן, גיי ווייטער, געב נישט אויף", שפעטער ווען רבי נתן איז אנגעקומען צום רבין צום ערשטן מאל האט רבי נתן געזען אז דער געשטאלט וועמען ער האט געזען אין חלום איז דער הייליגער רבי.
דער ראש ישיבה איז אריבער צום ענין פון קומען צום רבין אויף ראש השנה, וואס דער הייליגער רבי נתן האט תיכף ביים נתקרב ווערן פארשטאנען אז דאס איז ביים רבין גאר א גרויסע זאך, דער ראש ישיבה האט געזאגט אז אויף ראש השנה מוזן אלע קומען, אפילו עס איז אביסל שווערע צו פארן יעצט, אבער ווען מען ווייסט די חשיבות איז עס גארנישט שווער, און געבעטן מען זאל מאכן תפילות מען זאל קענען פארן צום רבין אויך קומענדיגע יאר.
דער ראש ישיבה שליט"א האט גערעדט איבער די גרויסקייט פון זאגן משניות, א זאך וואס דער הייליגער רבי האט געהייסן פאר רבי נתן ער זאל טון, און מוהרא"ש האט געזאגט אז דאס דארף יעדער פרובירן צו טון, עס נעמט נישט לאנג, צען מינוט צופרי, צען מינוט מיטאג, און צען מינוט ביינאכט. זאגן די ווערטער אן נערוון, דאס טוישט א מענטש, משנה איז אותיות נשמה.
דער ראש ישיבה שליט"א האט אסאך גערעדט איבער חינוך, ווי רבי נתן האט געזאגט אז ליינען קריאת שמע מיט זיינע קינדער איז אים נאך אזוי וויכטיג ווי חצות, וואס חצות איז געווען א זאך אויף וואס רבי נתן האט נישט געקענט אויפגעבן. דער ראש ישיבה האט געזאגט אז מען דארף זיך אפגעבן מיט די קינדער, פארציילן א מעשה, זינגען און טאנצן מיט זיי, שמועסן מיט די קינדער. און דער ראש ישיבה האט געזאגט מען דארף אכטונג געבן מען זאל נישט אוועק מאכן ערליכע אידן, און אפילו סתם אידן, וואס דארף מען רעדן פון אנדערע? וואס רעדן מען ביי דיין שבת טיש? פון דעם רבין פון יענעם רבין, מען מאכט חוזק פון ערליכע אידן, וואס פארא מעסעדזש געבט דאס פאר דיינע קינדער?
דער ראש ישיבה האט גערעדט איבער שלום בית ווי וויכטיג עס איז אכטונג צו געבן אויף די כבוד פון די פרוי, איר איבערבעטן, אפילו זי דארף דיך איבערבעטן, בעט איר איבער, זאג איר "זיי מיר מוחל", אפילו זי ענטפערט דיך שארף צוריק, דו וויסלט פלאצן צוריק שרייען "ווער דארף וועמען איבערבעטן?", זאג איר נאכמאל "זיי מיר מוחל" שלינג אראפ דעם פיל, נאכדעם וועט זיין זיס, און דאס האט דער ראש ישיבה אויסגעפירט באקומט מען נאר דורך התבודדות, רעדן צום אויבערשטן.
די אלע פשוטע דיבורים האט דער ראש ישיבה געזאגט האט מען געהערט פון מוהרא"ש וואס האט דאס מקבל געווען פון הייליגן רבין דורך רבי נתן און זיינע הייליגע ספרים. דאס איז עצות וואס א מענטש קען עס נעמען און אים טוישן מן הקצה אל הקצה, און איבערדרייען זיין ביטערע לעבן צו א זיסע לעבן בזה ובבא.
🎦 די שיעור פון ראש ישיבה שליט"א ביים יארצייט פון רבי נתן