הערליכע יום טוב סוכות ביי אנשי שלומינו
כט תשרי תשפ 📝
גאר א שיינער יום טוב איז אריבער אויף אנשי שלומינו דעם סוכות, ווען מיר האבן געשעפט פרישע כוחות און חיזוק פונעם יום טוב, וואס דאס וועט אונז באגלייטן אויפ'ן גאנצן יאר.
מיטוואך אוונט חוה"מ איז פארגעקומען די סעודת הילולא צו די יארצייט פון הייליגן רבי'ן. די סעודה איז פארגעקומען אין די גרויסע סוכה אין הויף פון בית המדרש אין וויליאמסבורג, אזוי ווי עס געגאנגען א שטארקע רעגן האט מען שנעל געענדיגט די סעודה און געבענטשט און דערנאך איז מען ארויף אין בית המדרש וואו דער ראש ישיבה שליט"א האט גערעדט דברות קודש, צום ערשט האט ער ארויסגעברענגט אז די רעגן אום סוכות איז א נסיון פון באשעפער צו זען אויב דער מענטש וועט זיך ווייטער האלטן פרייליך אפילו ווען זאכן גייען נישט אזוי ווי ער וויל, און דערנאך האט דער ראש ישיבה שליט"א גערעדט איבער די געוואלדיגע מתנות וואס דער רבי געבט אונז, בפרט די שטארקע אמונה וואס דער רבי ברענגט אריין אין אונז, אז מיר זאלן שפירן אז דער אייבערשטער איז מיט אונז אין יעדן מצב, און אזוי ווייטער אלע געוואלדיגע עצות פון הייליגן רבי'ן, מיר דארפן דאנקען דעם אייבערשטן אויף די געוואלדיגע מתנה אז מיר האבן דעם הייליגן רבי'ן, יעדער מענטש אויף דער וועלט מוטשעט זיך, כאטש פון אינדרויסן קען זיך דאכטן ווי יעדן גייט גוט און נאר פאר מיר גייט עס נישט ווי איך וויל, איז אבער דער אמת אז יעדער האט זיינע אייגענע שוועריקייטן און נסיונות אין לעבן, ברוחניות און בגשמיות, און מיט די עצות און לימודים פון הייליגן רבי'ן, קען יעדער איד זיך שטעלן אויף די פיס און מצליח זיין אויף די וועלט און אויף יענע וועלט. נאך די דרשה האט מען זיך ארויסגעלאזט אין פרייליכע טענץ און זיך געפריידט בשמחת בית השואבה.
***
פרייטאג חול המועד איז געווען א שיינער סיום אויף מסכת תמיד, פון די טעגליכע שיעור וואס דער ראש ישיבה שליט"א לערנט פאר יעדן אינדערפרי, עס איז זיך צוזאמגעקומען א שיינער עולם אין די סוכה, און דער ראש ישיבה האט גערעדט אז מ'זעט ווי א איד כאפט אריין יעדן טאג א בלאט גמרא, וואס זעט אויס ווי א קלייניקייט, אבער מיט די צייט ענדיגט מען נאך א מסכתא און נאך א מסכתא, ביז מ'איז זוכה צו ענדיגן גאנץ ש"ס.
***
אויף די צווייטע טעג יום טוב זענען אריינגעקומען פילע אנשי שלומינו אויף וויליאמסבורג מיטצוהאלטן די געהויבענע טעג פון יום טוב צווישן אנשי שלומינו.
הושענה רבה איז געווען א גרויסע התעוררות ביי די הושענות, דער ראש ישיבה שליט"א האט מעורר געווען און מחזק געווען אנשי שלומינו אויף פארשידענע ענינים, ובפרט איבער דעם ענין נישט אריינצונעמען אינדערהיים קיין שום כלים וואס מ'קען זען אויף דעם שלעכטע זאכן, דער ראש ישיבה שליט"א האט געזאגט אז יעצט קען א מענטש מיינען אז פאר אים און פאר זיין משפחה וועט עס נישט שאטן, ווען עס וועט אבער אריבערגיין א צען צוואנציג יאר, וועט מען זען דעם גרויסן חילוק פון ווער עס האט געפאלגט די רבנים און נישט אריינגענומען אין שטוב קיין שלעכטע זאכן, ער וועט האבן א שיינע משפחה און זען אסאך אידיש נחת פון די קינדער און אייניקלעך, ווידער ווער עס איז אן אויבער-חכם און מיינט אז ער קען זיין קלוגער, וועט זיך דעמאלט רייסן די האר פון קאפ זעענדיג ווי זיין גאנצע משפחה איז צוגרונד געגאנגען רחמנא ליצלן.
***
שמיני עצרת און שמחת תורה, די צווייטע טעג יום טוב, האט מען געטאנצן די הקפות מיט גרויס פרייד, מען האט זיך געפריידט מיט די הייליגע תורה, אז מען האט זוכה געווען די גאנצע יאר צו לערנען אסאך די הייליגע תורה, און אז עס קומט א פרישע יאר וואס מען וועט אנפילן מיט אסאך לימוד התורה און מיט מצות ומעשים טובים.
במשך דעם יום טוב האבן מיר געהערט דברות קודש פונעם ראש ישיבה שליט"א. ביי נעילת החג האט דער ראש ישיבה ארום גערעדט אז אזוי ווי עס הויבט זיך אן דער נייער יאר, זאלן מיר זיך נישט לאזן נארן, נאר מיר זאלן אנהויבן מיט א פרישקייט צו לערנען יעדן טאג די הייליגע תורה, און דאן ווען עס וועט קומען דעם קומענדיגן יאר שמחת תורה וועלן מיר זיך האבן מיט וואס צו פרייען אז מיר האבן אנגעפילט דאס יאר מיט גוטע זאכן, און ווען עס וועט קומען דער לעצטער טאג פונעם מענטש וועט ער האבן מיט וואס צו גיין צום טיש, ווייל נאר די תורה און מצות וואס דער מענטש כאפט אריין אויף די וועלט, נאר דאס בלייבט פון אים, און נאר דאס נעמט מען מיט אויף יענע וועלט.
ספעציעל דער ענין פון מעביר סדרה זיין די פרשת השבוע יעדע וואך, א זאך וואס איז ליידער זייער נאכגעלאזט ביי אסאך מענטשן, און די סיבה דערצו איז ווייל מען וויל עס טון דוקא פרייטאג, און מען יאגט נישט אן דאס צו פארענדיגן. ווען מען זאל ווען אבער טון אזוי ווי דער שלחן ערוך לערנט אונז, אז פון זונטאג קען מען שוין אנהויבן מעביר סדרה זיין די וואכעדיגע פרשה, וואלט דאס יעדער איד געקענט באווייזן. זונטאג לערנט מען ביז שני און מאנטאג ביז שלישי, און אזוי ווייטער די גאנצע וואך, און ווען עס קומט סוף וואך האט מען געענדיגט די גאנצע סדרה. אויסער דער חיוב וואס ס'איז דא צו לערנען די פרשה יעדע וואך שנים מקרא ואחד תרגום, איז מען אויך זוכה צו די געוואלדיגע הבטחה וואס חז"ל זאגן צו: "כל המשלים פרשיותיו עם הציבור, משלימין לו ימיו ושנותיו"- אז ווען א איד איז מעביר סדרה איז ער זוכה צו א גוטע לאנגע לעבן.
דער הערליכער יום טוב האט איבערגעלאזט א שטארקע רושם אויף אנשי שלומינו וועלכע האבן געשעפט פרישע חיזוק והתעוררות צום נייעם יאר.
שישו ושמחו בשמחת התורה!