גאר א שיינער יום טוב איז אריבער אויף אנשי שלומינו דעם סוכות, ווען מיר האבן געשעפט פרישע כוחות און חיזוק פונעם יום טוב, וואס דאס וועט אונז באגלייטן אויפ'ן גאנצן יאר.
די ערשטע טעג יום טוב זענען אריבער מיט גאר געהויבנקייט און געשמאק מיט'ן ראש ישיבה שליט"א אין וויליאמסבורג, ביידע טעג פאר'ן דאווענען האט דער ראש ישיבה שליט"א פארגעלערנט א שיעור גמרא אין בבלי און ירושלמי, און ארומגערעדט דברי התחזקות, און דערנאך האט מען געדאווענט מיט געשמאק, די הלל און הושענות איז געווען גאר דערהויבן.
נאכ'ן דאווענען איז צוגעשטעלט געווארן א ברייטע קידוש אין די סוכה, דער ראש ישיבה שליט"א האט פארגעלערנט סיפורי מעשיות, און גערעדט שיינע זאכן ווי אזוי אויסצונוצן דעם יום טוב ווי עס דארף צו זיין.
***
מאנטאג נאכט חול המועד איז פארגעקומען די סעודת הילולא צו די יארצייט פון הייליגן רבי'ן. די סעודה איז פארגעקומען אין די גרויסע סוכה אין הויף פון בית המדרש אין וויליאמסבורג, א ברייטע סעודה איז צוגעשטעלט געווארן, און אנשי שלומינו זענען געקומען צו פארן פון איבעראל מיטצוהאלטן די יארצייט סעודה, ביי די סעודה האט מען געזינגען דעם "שיר ידידות" פון הרה"ח רבי יצחק ברייטער ז"ל, וואו עס ווערט ארויסגעברענגט די גרויסקייט פון הייליגן רבי'ן, און וואס מיר באקומען אלץ פון אים. דערנאך האט דער ראש ישיבה שליט"א גערעדט דברות קודש איבער די געוואלדיגע מתנות וואס דער רבי געבט אונז, בפרט די שטארקע אמונה וואס דער רבי ברענגט אריין אין אונז, אז מיר זאלן שפירן אז דער אייבערשטער איז מיט אונז אין יעדן מצב, און אזוי ווייטער אלע געוואלדיגע עצות פון הייליגן רבי'ן, מיר דארפן דאנקען דעם אייבערשטן אויף די געוואלדיגע מתנה אז מיר האבן דעם הייליגן רבי'ן, יעדער מענטש אויף דער וועלט מוטשעט זיך, כאטש פון אינדרויסן קען זיך דאכטן ווי יעדן גייט גוט און נאר פאר מיר גייט עס נישט ווי איך וויל, איז אבער דער אמת אז יעדער האט זיינע אייגענע שוועריקייטן און נסיונות אין לעבן, ברוחניות און בגשמיות, און מיט די עצות און לימודים פון הייליגן רבי'ן, קען יעדער איד זיך שטעלן אויף די פיס און מצליח זיין אויף די וועלט און אויף יענע וועלט. מיר האלטן שוין 210 יאר נאכ'ן הסתלקות פון הייליגן רבי'ן, אבער דער פייער פון רבי'ן ווערט נאר שטערקער פון יאר צו יאר, עס איז מקרב נאך און נאך אידן צום אייבערשטן, אזוי ווי דער רבי האט געזאגט אז זיין פייער וועט שוין ברענען ביז משיח וועט קומען. אינמיטן די דרשה האט דער ראש ישיבה שליט"א ארויפגערופן עטליכע וואס האבן געמאכט סיומים, און ארויסגעברענגט ווי אזוי דער רבי האט א וועג פאר יעדן צו לערנען די הייליגע תורה, און אזוי ווייטער האט מען זיך מחזק געווען מיט די הייליגע עצות פון רבי'ן.
נאך די סעודה האט מען זיך ארויסגעלאזט אין פרייליכע טענץ און זיך געפריידט בשמחת בית השואבה.
***
דינסטאג חול המועד פארמיטאג איז פארגעקומען א סעודת סיום, ווען דער ראש ישיבה שליט"א האט מסיים געווען מסכת סוכה לכבוד דעם יום טוב סוכות, אזוי ווי מוהרא"ש פלעגט זאגן אז מ'זאל דורכלערנען אין יעדן יום טוב די מסכתא פון יענעם יום טוב. דער ראש ישיבה שליט"א האט גערעדט פון די מעשה וואס די גמרא דערציילט סוף מסכת סוכה פון די משמורה פון בילגה וואס מ'האט זיי גע'קנס'ט אין בית המקדש צוליב דעם וואס זי האט זיך גע'שמד'ט און חתונה געהאט מיט א יווני, און ווען די יוונים זענען אריין אין בית המקדש האט זי געשטויסן דעם מזבח און געשריגן פארוואס די מזבח עסט אויף די געלט פון די אידן און העלפט נישט ארויס די אידן ווען עס גייט זיי שווער. האט דער ראש ישיבה נאכגעזאגט פון פריערדיגע צדיקים אז מ'קען ארויסנעמען פון דעם אז אפילו אזא פרוי וואס איז אזוי ווייט אוועקגעפאלן, האט זי אבער נאכאלץ געהאט א געפיל צו אידן, ס'האט איר נאכאלץ וויי געטון אז אידן ליידן אזויפיל, זעט מען פון דעם אז ווי ווייט א איד פאלט נאר, האט ער נאכאלץ דאס פינטעלע איד, און מ'קען אייביג תשובה טון.
דער ראש ישיבה האט גערעדט איבער די שעדליכקייט פון הערן נייעס, ווען מ'הערט די נייעס קען מען זיך איינרעדן אז דער באאמטער קען שלעכטס טון, און יענער קען גוטס טון, דער איז שולדיג אויף דעם, און יענער איז שולדיג אויף דאס, און מ'פארגעסט אינגאנצן אז נאר דער אייבערשטער אליין פירט יעדע זאך אויף דער וועלט, און ווען מ'האט סיי וועלכע פראבלעם דארף מען זיך נאר ווענדען צו אים.
און אזוי ווייטער האט מען גערעדט גאר שיינע דברי חיזוק פון וואס דער עולם האט גאר שטארק הנאה געהאט.
***
דינסטאג נאכט חול המועד איז פארגעקומען א סעודה לכבוד די אושפיזא דאהרן כהנא קדישא, צוגעשטעלט דורך מו"ה אהרן וועבערמאן הי"ו, ביי די סעודה האט דער ראש ישיבה שליט"א גערעדט איבער אהרן הכהן וואס האט עוסק געווען אין שלום בית, די מחלוקת פון קרח ועדתו אויף משה רבינו און אהרן הכהן איז געווען אז זיי האבן נישט געקענט פארשטיין ווי אזוי ס'קען זיין אז די גרויסע צדיקים וואס זענען אזוי דבוק צום אייבערשטן, זאלן זיך קענען אראפלאזן אזוי שטארק צו אידישע קינדער, און זיין פארנומען זיי צו העלפן מיט זייערע פראבלעמען. דער אמת איז אבער אז ווי גרעסער א צדיק איז, אלץ מער קען ער זיך אראפלאזן און פארשטיין א צווייטן איד, און זיך אפגעבן מיט אים, אים ארויסצוהעלפן מיט וואס ער דארף, און אים אויך מקרב זיין צום אייבערשטן. דאס איז וואס מוהרא"ש האט אונז געלערנט אלע יארן אז מ'קען לעבן אויף די וועלט מיט'ן אייבערשטן, ווען איינער וויל ווערן אן ערליכער איד דארף ער זיך נישט אינגאנצן אפשיידן פון די וועלט, נאר אריינצוברענגען דעם אייבערשטן אין זיין לעבן, צו לערנען און דאווענען און דינען דעם אייבערשטן און גלייכצייטיג הנאה האבן פון די וועלט, מ'קען האבן די וועלט און יענע וועלט אינאיינעם ווען מ'נעמט אריין דעם אייבערשטן אין לעבן.
נאך די סעודה האט מען זיך ארויסגעלאזט אין פרייליכע טענץ און זיך געפריידט בשמחת בית השואבה פאר עטליכע שעה.
***
מיטוואך נאכט חול המועד איז דער ראש ישיבה שליט"א ארויסגעפארן קיין קרית ברסלב אין ליבערטי, א רייכע סעודה איז צוגעשטעלט געווארן אין די סוכה פון מו"ה שבתי מזרחי הי"ו, דער עולם האט זיך געוואשן צו די סעודה און דער ראש ישיבה שליט"א האט ארומגערעדט פון די עצות פון הייליגן רבי'ן, ובפרט אין שלום בית וואס דער הייליגער רבי האט אונז געלערנט אזעלכע שיינע הדרכות ווי אזוי מ'קען לעבן אינדערהיים בשלום ובשלוה און האבן א גוט לעבן אויף די וועלט און אויף יענע וועלט.
***
דאנערשטאג חול המועד אינדערפרי האט דער ראש ישיבה שליט"א פארגעלערנט די שיעור גמרא בבלי און ירושלמי אין קרית ברסלב ליבערטי, מ'האט מסיים געווען מסכת שקלים פון תלמוד ירושלמי. דערנאך האט מען זיך געשטעלט דאווענען, דער ראש ישיבה האט געדאווענט פאר'ן עמוד הלל און הושענות מיט גרויס ווארעמקייט, און נאכ'ן דאווענען האט מען זיך געוואשן צו א סעודה אין די סוכה פון בית המדרש, לכבוד דעם סיום מסכת שקלים.
ביים סעודה האט דער ראש ישיבה שליט"א געגעבן א שיינעם שיעור, בתוך הדברים האט דער ראש ישיבה אסאך גערעדט איבער אחדות, דער יצר הרע וויל נאר אריינברענגען מחלוקת צווישן אידישע קינדער, און מ'דארף זיך שטארקן זיך צו האלטן אינאיינעם און נאר מחזק זיין איינער דעם צווייטן, דאס מיינט נישט צו זאגן אז יעדער דארף האלטן די זעלבע, דאס איז נישט מעגליך, נאר אז מ'זאל פארשטיין אז יענער קען אויך האבן א מיינונג, און זיך נישט קריגן, נאר זיך דורכקומען יעדע זאך אויף א שיינעם אופן.
***
דאנערשטאג נאכט, ליל הושענה רבה, האט מען גלייך נאך מעריב געליינט משנה תורה, און דערנאך איז פארגעקומען א סעודה אין די סוכה נעבן בית המדרש אין וויליאמסבורג. ביי די סעודה האט מען געזינגען אינאיינעם ווארעמע ניגוני התעוררות, און דערנאך האט דער ראש ישיבה גערעדט עטליכע דיבורים איבער די גרויסקייט פון הושענה רבה, מ'קען קיינמאל נישט וויסן וואס מ'קען אויפטון מיט איין קאפיטל תהלים, מיט איין ווארט צום אייבערשטן, ער האט מעורר געווען אז מ'זאל אויסנוצן דעם הייליגן טאג, ווען מ'דערמאנט זיך זאל מען בעטן נאך א תפלה צום אייבערשטן אז עס זאל קומען א זיס ליכטיג יאר, מ'זאל אונז ארויסשיקן נאר גוטע קוויטלעך פון הימל.
דערנאך איז מען אריין אין בית המדרש וואו מ'האט אויסגעזאגט תהלים און זיך אויסגעבעטן א גוט געבענטשט יאר.
***
אויף די צווייטע טעג יום טוב זענען אריינגעקומען פילע אנשי שלומינו אויף וויליאמסבורג מיטצוהאלטן די געהויבענע טעג פון יום טוב צווישן אנשי שלומינו.
הושענה רבה איז געווען א גרויסע התעוררות ביי די הושענות, דער ראש ישיבה שליט"א האט מעורר געווען און מחזק געווען אנשי שלומינו אויף פארשידענע ענינים. צווישן די פילע זאכן האט דער ראש ישיבה אויך ארויסגעברענגט די גרויסקייט פון רעדן צום אייבערשטן, אפילו ווען מ'קען זיך נישט אויסשמועסן דאס גאנצע הארץ מיט'ן אייבערשטן, זאל מען אבער שרייען צום אייבערשטן, "הושענה - העלף מיר", מ'זאגט איבער נאכאמאל און נאכאמאל הושענה און הושענה, אזוי דארף מען איבערזאגן טויזנט מאל פאר'ן אייבערשטן, "העלף מיר, העלף מיר, העלף מיר".
ביי די לעצטע הושענות, ווען מ'דערמאנט די זכותים פון אלע צדיקים, האט דער ראש ישיבה גערעדט אז אויב וויל מען זיין א איד דארף מען געדענקען אז אן א צדיק קען מען דאס נישט באווייזן, א איד מוז האבן א צדיק וואס זאל אים מעורר זיין און מחזק זיין און אים צוקלעבן צום אייבערשטן, און נאר אזוי קען מען מצליח זיין.
נאכ'ן דאווענען איז דער עולם זיך צוגאנגען מיט גרויס התעוררות פון די געהויבענע תפילות און הושענות.
אלע שיעורים אין לויף פון חול המועד, קען מען הערן אויפ'ן "קול ברסלב" טעלעפאן ליין, די נומערן קען מען טרעפן ביים סוף פונעם גליון.
***
שמיני עצרת און שמחת תורה, די צווייטע טעג יום טוב, האט מען געטאנצן די הקפות מיט גרויס פרייד, מען האט זיך געפריידט מיט די הייליגע תורה, אז מען האט זוכה געווען די גאנצע יאר צו לערנען אסאך די הייליגע תורה, און אז עס קומט א פרישע יאר וואס מען וועט אנפילן מיט אסאך לימוד התורה און מיט מצות ומעשים טובים.
במשך דעם יום טוב האבן מיר געהערט דברות קודש פונעם ראש ישיבה שליט"א. ביי נעילת החג האט דער ראש ישיבה ארום גערעדט אז אזוי ווי עס הויבט זיך אן דער נייער יאר, זאלן מיר זיך נישט לאזן נארן, נאר מיר זאלן אנהויבן מיט א פרישקייט צו לערנען יעדן טאג די הייליגע תורה, און דאן ווען עס וועט קומען דעם קומענדיגן יאר שמחת תורה וועלן מיר זיך האבן מיט וואס צו פרייען אז מיר האבן אנגעפילט דאס יאר מיט גוטע זאכן, און ווען עס וועט קומען דער לעצטער טאג פונעם מענטש וועט ער האבן מיט וואס צו גיין צום טיש, ווייל נאר די תורה און מצות וואס דער מענטש כאפט אריין אויף די וועלט, נאר דאס בלייבט פון אים, און נאר דאס נעמט מען מיט אויף יענע וועלט.
ספעציעל דער ענין פון מעביר סדרה זיין די פרשת השבוע יעדע וואך, א זאך וואס איז ליידער זייער נאכגעלאזט ביי אסאך מענטשן, און די סיבה דערצו איז ווייל מען וויל עס טון דוקא פרייטאג, און מען יאגט נישט אן דאס צו פארענדיגן. ווען מען זאל ווען אבער טון אזוי ווי דער שלחן ערוך לערנט אונז, אז פון זונטאג קען מען שוין אנהויבן מעביר סדרה זיין די וואכעדיגע פרשה, וואלט דאס יעדער איד געקענט באווייזן. זונטאג לערנט מען ביז שני און מאנטאג ביז שלישי, און אזוי ווייטער די גאנצע וואך, און ווען עס קומט סוף וואך האט מען געענדיגט די גאנצע סדרה. אויסער דער חיוב וואס ס'איז דא צו לערנען די פרשה יעדע וואך שנים מקרא ואחד תרגום, איז מען אויך זוכה צו די געוואלדיגע הבטחה וואס חז"ל זאגן צו: "כל המשלים פרשיותיו עם הציבור, משלימין לו ימיו ושנותיו"- אז ווען א איד איז מעביר סדרה איז ער זוכה צו א גוטע לאנגע לעבן.
דער הערליכער יום טוב האט איבערגעלאזט א שטארקע רושם אויף אנשי שלומינו וועלכע האבן געשעפט פרישע חיזוק והתעוררות צום נייעם יאר.
שישו ושמחו בשמחת התורה!
 

 
 


 


 











ReplyForward