פארגאנגענעם יום טוב פסח האבן די איינוואוינער פון קרית ברסלב געהאט די זכיה זיך צו געפונען במחיצת פונעם ראש ישיבה שליט"א וואס האט געוויילט אין שטעטל א גאנץ יום טוב.
 
כאטש מען קען נישט ארויסברענגן אין א קורצע באריכט דעם געשמאקן דערהויבענעם יום טוב מעין עולם הבא וואס מען האט בייגעוואוינט, מען האט געשפירט ווי מען איז ארויס פון די אייגענע מצרים. אבער דאך וועט מען פרובירן ארויסצוברענגען אויפן שפיץ גאפל דעם שיינעם יום טוב, און זען וואס מען קען מיטנעמען אויף ווייטער.
 
דער ראש ישיבה שליט"א איז שוין ארויסגעפארן עטליכע טעג פאר יום טוב, זיך צו קענען צוגרייטן דעם יום טוב ווי עס דארף צו זיין, און במשך די פאר טעג האט דער ראש ישיבה שליט"א עוסק געווען אין אסאך קהל'ישע ענינים וואס פעלט אויס פאר'ן שטעטל.
 
דער ראש ישיבה האט אסאך פארברענגט מיט די חשובע בחורים פון ישיבה אין שטעטל, פארגעלערנט שיעורים און זיי געגעבן גאר אסאך הדרכה פארן לעבן אין אלע הינזיכטן.
 
במשך די ערב פסח טעג איז פארטיילט געווארן גאר אסאך עסן פראדוקטן פאר די איינוואוינער, געברענגט דורך דעם "בית התבשיל" אינטער די פירערשאפט פון דעם געטרייען גבאי צדקה מו"ה שלמה יאקאבאוויטש. אזוי אויך איז פארטיילט געווארן קארטלעך צו קענען איינקויפן אין גראסערי געוואנדן אויף די גרויסקייט פון די משפחה.
 
שבת הגדול האט דער ראש ישיבה געדאוונט שחרית אין בית המדרש אויף די ירושלים גאס, צו מחזק זיין די אינגעלייט וואס וואוינען אין דעם געגנט.
 
אין טאג פון בדיקת חמץ איז מען אריבער צום מצה בעקעריי שעפן מים שלנו, דערנאך האט מען זיך ארויסגעלאזט אין א פרייליכן טאנץ דאנקענדיג דעם אייבערשטן אויף די חסד אז מען האט אזא רבי וואס מאכן געשמאק די מצות פון יום טוב. אזוי אויך האט מען געדאנקט דעם אייבערשטן אז דאס איז די דריטע יאר וואס די מצה בעקעריי איז אפן און עס גיבט ארויס אזאנע געשמאקע מצות, וואס די ארבעטערס לייגן אריין זייערע תפילות עס זאל ארויסקומען גוט און כשר.
 
דער ראש ישיבה האט פארציילט דאס וואס די גמרא זאגט (פסחים  מב ע"א) "א"ר יהודה: אשה לא תלוש אלא במים שלנו, דרשה רב מתנה בפפוניא, למחר אתו כולי עלמא חצבייהו ואתו לגביה". רב מתנא האט געזאגט אז מען דארף האבן "מים שלנו" פאר די מצות, צומארגנס האבן אלע געברענגט זייער וואסער צו רב מתנא. האט רב מתנא זיי אויפגעקלערט אז עס האט דאס נישט געמיינט צו זאגן, נאר ער האט געזאגט אז עס דארף זיין "גענעכטיגטע" וואסער. מוהרא"ש האט געפרעגט, וואס וויל די גמרא ארויסברענגען מיט די מעשה? נאר דאס איז צו ארויסברענגן ווי שטארק זיי האבן געהאט אמונת חכמים, אז זייער רבי האט געזאגט א ווארט האבן זיי נישט געפרעגט קיין שאלות, נאר גלייך געפאלגט, אפילו עס האט אויסגעזען אינטערעסאנט.
 
ערב פסח נאכמיטאג איז מען צוריק צום מצה בעקעריי, גלייך ביי חצות האט מען אנגעהויבן באקן די מצות מיט גרויס שמחה, דער ראש ישיבה שליט"א האט פארגעזאגט הלל מיט א געשמאק און פרייליכקייט, גאר אסאך פון אנשי שלומינו זענען געקומען ארויסהעלפן דאס באקן מצות.
 
במשך די טעג פון יום טוב האט דער ראש ישיבה שליט"א געדאווענט אין בית המדרש אויף די האשקי גאס, און צוגעגאנגען צום עמוד ביינאכט און דערנאך אינדערפרי ביי שחרית, ווי באקאנט איז א דאווענען פונעם ראש ישיבה פיל מיט הארץ און געפיל, עס עפענט דאס הארץ צום אייבערשטן, עס עפנט די מויל צו רעדן צום אייבערשטן און אים בעטן וואס עס דרוקט. 
 
די ערשטע נאכט פאר מנחה האט דער ראש ישיבה פארגעלערענט דעם הייליגן בריוו פון רבי שמשון אסטראפאליא זי"ע וואס דאס איז א סגולה אז מען זאל נישט האבן קיין שלעכטס במשך דעם גאנצן יאר. אויך איז מרומז אינעם בריוו די סוד פון מוהרא"ש זי"ע.
 
במשך די חול המועד טעג האט דער ראש ישיבה פארגעלערנט אינדערפרי דעם שיעור גמרא אין וואלד אין "גן עדן התחתון" הונטערן בית המדרש, עס האט געשפירט זייער געשמאק צו זיין ביים שיעור אום חול המועד, און לערנען א דף גמרא אינטערן הימל מיט א געשמאקן לופטל. דערנאך האט מען געדאוונט אין "היכל ראזענבערג" און געזינגען הלל דאנקענדיג דעם אייבערשטן אויף די נס אז מיר ווייסן פון אזא גרויסע רבי.
 
דאנערשטאג חול המועד האט דער ראש ישיבה געגעבן א שיעור וואס איז געווען צוזאמען מיט א סיום הש"ס פון הבחור יוסף ב"ר שמחה סאלז הי"ו, ארויסברענגענדיג די גרויסקייט פון א בחור'ל וואס ניצט אויס די פרייע צייט צו לערנען בלעטער גמרא, און אפילו עס נעמט לאנגע יארן קומט מען אבער אן צום סוף. די עיקר איז צו האבן דעם ווילן צו ענדיגן ש"ס, און אז מען וויל קומט מען אן צו דעם. מען קען הערן דעם גאנצן הערליכן שיעור אויף "קול ברסלב". 
 
נאכן שיעור האט דער ראש ישיבה גערעדט צו א קבוצה בחורים פון "ישיבת סאוט פאלסבורג", וואס זענען געקומען הערן חיזוק, דער ראש ישיבה האט געשמועסט מיט זיי וואס "ברסלב" איז, און אז דער הייליגער רבי האט זייער אויסגערימט די עקשנות פון די ליטווישע אידן.
 
שבת חול המועד ביינאכט האט דער ראש ישיבה געדאווענט ביים בית המדרש אשר בנחל כדי צו מחזק זיין די מתפללים פון דעם שול.
 
שבת אינדערפרי האט דער רעדאקטער פונעם בלעטל הר"ר אברהם הערש וועבערמאן שליט"א געהאט א שמועס מיטן ראש ישיבה וואס האט אנגעוויזן מען זאל לייגן א שטארקע דגוש אויף די קינדער אפטיילונג, ווייל די קינדער איז די עיקר ווי מען דארף זיך פארלייגן אז זיי זאלן ווערן אנגעפילט מיט אמונה, און אז זיי זאלן נישט דארפן ליינען אנדערע פיסטע זאכן וואס ברענגט נישט גארנישט אויף למעשה, נאר פארדרייט סתם די קאפ.
 
שביעי של פסח אויפדערנאכט איז מען זיך צאמגעקומען אין בית המדרש אשר בנחל צו זינגען צוזאמען שירה און דאנקען דעם אייבערשטן אז מען האט א רבי וואס נעמט אונז ארויס פון מצרים, און ברענגט אונז אריין דעם פה-סח אז מיר זאלן שמועסן מיטן אייבערשטן אין יעדן מצב.
 
דער ראש ישיבה האט פארטיילט גרעיפ דזשוס פאר יעדן באזונדער, און נאכן זינגען פאר א שטיק צייט האט דער ראש ישיבה גערעדט אפאר ווערטער די גרויסקייט פון שביעי של פסח, אז דאס איז מסוגל פאר שידוכים און פרנסה וואס איז קשה כקריעת ים סוף. דער ראש ישיבה האט ארומגערעדט די וויכטיגקייט פון חתונה מאכן די קינדער אינגערהייט, כדי זיי צו ראטעווען בעוד מועד. אויך האט דער ראש ישיבה גערעדט איבער די שיינקייט וואס מען זעט אין שטעטל, "פופצן איינוואוינער האבן אריינגענומען די עלטערן אויף יום טוב פסח ביי זיך אינדערהיים וואס דאס איז די שענסטע זאך וואס קען נאר זיין אז מען איז מכבד עלטערן. און דאס זעט מען גאר שטארק אין היכל הקודש אז מען האלט טייער די עלטערן אויף א שטארקע פארנעם."
 
אחרון של פסח נאכמיטאג איז מען זיך צאמגעקומען צו משיח'ס סעודה ווי דער ראש ישיבה האט פארציילט די מעשה פון הייליגן בעל שם טוב וויאזוי ער איז געווארן געראטעוועט אפאר מאל בשעת ער איז געפארן צו ארץ ישראל זיך צו טרעפן מיטן הייליגן אור החיים הקדוש צו ברענגען די גאולה שלימה, אבער עס איז נאכנישט געווען די צייט און ער האט זיך געדארפט צוריקדרייען אהיים.
 
בשעת'ן זיין פארכאפט ביי די רויבערס אויף א אינזל האט ער נאר געדענקט די אלף בית, און דאס האט ער גע'חזר'ט, וואס דאס ווייזט אונז א וועג אז ווען מען ווייסט נישט וואס צו בעטן, הייבט מען מיט די אלף בית און אזוי קומט שוין אריין געדאנקען וואס צו בעטן דעם אייבערשטן. למשל א' איז "אמונה", ביי ב' האט דער ראש ישיבה געזאגט קען מען זאגן איז "בויך" באשעפער העלף איך זאל פארלירן וואג, איך בין זייער איבערוואגיג. אזוי בעט מען מיטן אן אמת אלעס וואס ליגט אויפן הארץ.
 
עס איז געווען גאר א הערליכער און דערהויבענער יום טוב פסח, און די אלע חיזוק דרשות און ווארימע תפילות וועט זיכער בלייבן איינגעקריצט אין די ביינער פאר א לאנגע צייט.
 
לשנה הבא בירושלים