דער ראש ישיבה איז שוין ארויסגעקומען אין שטעטל אויף שבת הגדול - און אין די טעג פון פאר יום טוב האט דער ראש ישיבה אויסגענוצט די געלעגענהייט זיך אפצוגעבן מיט די טייערע קינדער און צו מחזק זיין די חשובע מלמדים פון חדר, זיי זאלן ווייטער האבן כח מחנך צו זיין די קינדער מיט די ריינע לויטערע אמונה ווי דער הייליגער רבי לערנט אונז.
 
ערב שבת הגדול נאך חדר זענען א צאל קינדער זיך צאמגעקומען פאר א שיינע סיום מסכת נזיר אין שטוב פון מו”ה יעקב לעסער שליט”א, וואס לערנט פאר דעם דף גמרא פאר די קינדער יעדן טאג. דער ראש ישיבה איז זיך געקומען משתתף זיין, און ארויסגעברענגט די חשיבות פון לערנען דעם דף גמרא יעדן טאג.
 
פרייטאג צונאכטס האט דער ראש ישיבה געשמועסט מיט אנשי שלומינו איבער די הפצה וואס די שטעטל ברענגט מיט זיך, מענטשן פאלן כסדר אריין צו א שחרית, מנחה, אדער א מעריב, און ווען זיי זעען נארמאלע מענטשן, טוישט עס זייער גאנצע בליק אויף היכל הקודש. דער ראש ישיבה איז דערנאך אריין אין א שמועס איבער דעם אז די אויפפירונג פון א מענטש קען מקרב זיין מענטשן צום אויבערשטן, און פארקערט אויך.
 
נאך שחרית ביי סיפורי מעשיות האט דער ראש ישיבה גאר שטארק גערעדט איבער שלום בית, דער ראש ישיבה האט פארציילט אז פאריאר נאך פסח האט אים א אינגערמאן פארציילט ווי ער האט זיכער געמאכט אלעס אנצוגרייטן פאר יום טוב, כדי אז ביינאכט ביים סדר זאל אלעס קלאפן ווי עס דארף צו זיין. אהיים קומענדיג פון שול, ווערט אים שלעכט זיין ווייב וויל נישט קומען צום סדר, ווייל ער האט איר אומוועלנדיג געזאגט עפעס א שלעכט ווארט פארן ארויסגיין, און יעצט האט ער געהאט א שווערע ארבעט איר איבערצובעטן. דער ראש ישיבה האט געזאגט אז דאס איז די עבודה פון א איד אינדערהיים, רעדן שיין און קענען איבערבעטן.
 
ביי שלש סעודות האט דער ראש ישיבה פארגעלערנט א שטיקל אין שיחות הר”ן ווי דער הייליגער רבי זאגט אז יעדן אינדערפרי געבט ער איבער דעם טאג צום אייבערשטן, בפרט פאר א יום טוב. האט דער ראש ישיבה געזאגט אז יעדן טאג איז וויכטיג זיך איבערצוגעבן צום אייבערשטן, אבער פאר יום טוב איז נאך וויכטיגער, ווייל נאר אזוי קען מען האבן א רואיגע יום טוב.
 
במשך די ערב פסח טעג האט דער ראש ישיבה פארטיילט פאר אנשי שלומינו אין שטעטל ספעציעלע טשעקס צו קענען איינקויפן אין גראסערי בהרחבה לכבוד יום טוב, וואס איז צוגעשטעלט געווארן דורך די חשובע בית התבשיל ארגענאזאציע, וואס העלפט אנשי שלומינו א גאנץ יאר, און ספעציעל יום טוב ווען עס קאסט אסאך מער איינצוקויפן לכבוד יום טוב.
 
דער ראש ישיבה איז אריבער אינעם ספרים געשעפט איינצוקויפן לכבוד יום טוב, אזוי אויך אינעם נייעם שיך געשעפט און איינגעקויפט שיך פאר די קינדער, און געוואונטשן פארן אייגענטומער מו”ה יואל וועבערמאן ה”ו ער זאל האבן הצלחה.
 
יעדן טאג נאך מעריב האט דער ראש ישיבה פארגעלערנט דעם שיעור אין גמרא און דערנאך געשמועסט מיט אנשי שלומינו גאר שיינע עצות און חיזוק. 
 
ליל בדיקת חמץ פאר מנחה איז דער ראש ישיבה צוזאמען מיט אנשי שלומינו אריבער געגאנגען צום מצה בעקעריי אין שטעטל און געשפט מים שלנו, פאר די מצות פון ערב פסח.
 
ערב פסח נאך שחרית האט דער ראש ישיבה אריבער גערופן צו זיך אינדערהיים די חשובע בודקים - וואס גיבן אוועק זייערע טייערע צייט צו באקוקן דעם עירוב ארום די שטעטל יעדן ערב שבת - און געמאכט די ברכה אויף די עירוב פאר די גאנצע יאר.
 
נאך שריפת חמץ ביי חצות האט מען אנגעהויבן באקן מצות. פילע פון אנשי שלומינו זענען געקומען פונדערווייטענסט צו באקן מצות, און טראץ די אנשגעשטרענגטע זמן פון ערב פסח האט געהערשט דארט א רואיגע פרייליכע אטמאספער. דער ראש ישיבה האט ארויסגעברענגט לשבח פון די ברסלב’ע מצה בעקעריי אז די וואס ארבעטן דא רעדן צום אייבערשטן, וואס דאס איז גאר א געוואלדיגע זכי' צו האבן פון אזעלכע הייליגע מצות.
 
די ערשטע טעג פסח איז אריבער הערליך שיין, דער ראש ישיבה האט געדאווענט שחרית פארן עמוד ביידע טעג גאר ווארים און הארציג, די געפילן נאך אזא דאווענען קען מען נישט באשרייבן מיט ווערטער, א נקדישך, א הלל, יעדע שטיקל פון הלל ווערט אויסגעלאזט מיט א באזונדערע ווארימע תנועה וואס גייט אריין אין די ביינער, און וועקט אויף דאס הארץ צום אייבערשטן.
 
במשך די טעג פון יום טוב האט דער ראש ישיבה אסאך געשמועסט מיט אנשי שלומינו. מען קען אינטערוויוס מיט אנשי שלומינו אויף קול ברסלב וואס פארציילן איבסל פון די שיינע שיחות וואס דער ראש ישיבה האט געשמועסט.
 
במשך די חול המועד טעג האט דער ראש ישיבה פארגעלערנט דעם שיעור אין גמרא נאך שחרית, און דערנאך האט מען געשמועסט מיט אנשי שלומינו שיינע חיזוק און הדרכה פארן לעבן. אויך איז דער ראש ישיבה אריבער מיט זיינע קינדער צום "טאנץ מיט אמונה" פארק אין שטעטל, און פארפירט שיינע שמועסן מיט אנשי שלומינו אינדרויסן פונעם פארק.
 
זונטאג - חול המועד נאך מעריב האט דער ראש ישיבה געגעבן א הערליכע שיעור התחזקות. נאכן געזינגען שיינע ניגוני החג, האט דער ראש ישיבה פארגעלערנט דעם שטיקל ליקוטי מוהר”ן חלק ב' סימן ע”ד, אז ‘פסח’ איז ‘פה סח’ די מויל הייבט אן שמועסן מיטן אייבערשטן, און ביז מען איז ארויס פון מצרים איז מען געווען ביי ‘פרעה’ וואס דאס איז ‘פה רע’, פאר מען האט אמונה ווערט מען גערעגט פון יעדע זאך, אבער יעצט הייבט מען אן לעבן מיטן אייבערשטן, גייט מען ארויס פון מצרים.
 
מאנטאג - חול המועד איז פארגעקומען א גרויסע “סיום הש”ס” פון הילד הפלא נחמן פוקס נרו יאיר, וואס האט זוכה געווען צו ענדיגן ש”ס אין בלויז דריי יאר. דער ראש ישיבה האט געזאגט אז היינט א קינד וואס קען שיין זינגען רופט מען א ‘ילד הפלא’, דער אמת איז א קינד וואס ענדיגט ש”ס דער איז א ‘ילד הפלא’. דער ראש ישיבה האט אים גאר שטארק אויסגערומט און געזאגט אז ער איז מחייב יעדעם, ווייל טראץ וואס נחמן האט געדארפט אנטלויפן פון זיין היימשטאט אומאן - צוליב די מלחמה, האט ער געקענט האבן אלע תירוצים נישט צו לערנען, ער איז אדורך א שווערע צייט... אנטלאפן... מלחמה... זיך איינגלידערן אין א פרישע סביבה... ער האט אבער נישט געקוקט אויף די אלע זאכן, נאר געלערנט בלעטער גמרא יעדן טאג אין זיין פרייע צייט פאר אדער נאך חדר. נאכן סיום איז מען אריבער אנוואונטשן מזל טוב פאר מסיים נחמן נרו יאיר, בשעת דער ראש ישיבה פרעגט יעדן באזונדער אויב ער האט א שיעור אין גמרא און ווען ער גייט מסיים זיין ש”ס.
 
די צווייטע טעג יום טוב איז אויך אריבער גאר געשמאק און דערהויבן. שביעי של פסח ביינאכט איז מען זיך צאמגעקומען אין בית המדרש אשר בנחל צו זינגען שירת הים. דער ראש ישיבה האט געטיילט גרעיפ דשוס פארן ציבור. און האט גערעדט פון די גרויסקייט פון שביעי של פסח, וואס מען קען פועל’ן שידוכים און פרנסה - וואס איז ווי קריאת ים סוף. דער ראש ישיבה האט נאכגעזאגט פון הרב הקדוש מסאטמאר זכותו יגן עלינו, אז דאס וואס חז”ל זאגן "קשה זיווגו של אדם" און "קשה פרנסתו של אדם" ווי "קריעת ים סוף", מיינט נישט אז יעדע שידוך און פרנסה איז ווי קריעת ים סוף, דאס איז נאר וועם עס פאסט גארנישט נאר עפעס גאר א ספעציעלע שידוך אדער ארבעט, אבער פאר אן ערליכער איד וואס איז גרייט צו נעמען וועלכע שידוך אדער ארבעט מען טראגט אים אן, איז עס בכלל נישט שווער. שביעי של פסח קען מען זוכה זיין צו פועל’ן ביי ‘זיך’ צו זיין גרייט אנצונעמען יעדן שידוך אדער ארבעט וואס מען טראגט נאר אן, און מער נישט צו זיין קלויבעדיג.
 
שביעי של פסח אינדערפרי האט דער ראש ישיבה געדאווענט אין בית המדרש עצתו אמונה, דער ראש ישיבה האט געדאווענט פארן עמוד שחרית, און אויך געליינט די שירה מיט די גאנצע ברען און התלהבות.
 
אחרון של פסח ביינאכט האט דער ראש ישיבה געדאווענט אין בית המדרש אשר בנחל. אחרון של פסח אינדערפרי האט דער ראש ישיבה געדאווענט אין בית המדרש אויף האשקי גאס. נאכן דאווענען איז געווען א קידוש, צוזאמען מיט א לחיים צום בר מצוה פון הבחור שמעון נרו יאיר בן מו”ה לייב ביקעל הי”ו וואס איז אריין לעול התורה והמצות יעצט אחרון של פסח. דער ראש ישיבה האט גערעדט צום בר מצוה בחור פון זיך פרייען מיט די מצות וואס ער באקומט יעצט, זיך פרייען מיט די תפילין, קאפל, ציצית און אזוי ווייטער. דער ראש ישיבה האט דאס זייער אויסגערומט דאס וואס דער בר מצוה בחור האט זיך פארגענומען צו זאגן יעדן טאג משניות, און ארום גערעדט די חשיבות דערפון, און אז דאס היילט אויס די נערווען בעסער ווי מעדיצינען.
 
אחרון של פסח נאכמיטאג האט מען געמאכט "משיח’ס סעודה" אדער "בעל שם טוב’ס סעודה". דער ראש ישיבה האט גערופן אלע קינדער זיי זאלן אויסהערן די מעשה פארוואס מען רופט די סעודה מיט דעם נאמען. בשעת’ן פארציילן די מעשה האט דער ראש ישיבה אריינגעלייגט שיינע התחזקות וואס קען מען ארויסנעמען פון די מעשה, ווי למשל דאס אז דער הייליגער בעל שם טוב איז בכלל נישט געווען באזארגט וויאזוי ער גייט האבן א סדר אין אינסטאנבול, ער האט זיך פארלאזט אינגאנצן אויפן אייבערשטן, און ווי דער אייבערשטער האט טאקע געהאלפן אויף גאר א וואונדערליכן אופן.
 
מען האט געהאט די זכי’ אז דער ראש ישיבה איז פארבליבן אויף שבת נאך יום טוב אין שטעטל. פרייטאג צונאכטס האט דער ראש ישיבה געדאווענט אין בית המדרש פעולת הצדיק אויף די רעדקליף גאס.
 
שבת אינדערפרי פארן דאווענען איז געווען זייער א געשמאקע וועטער, האט דער ראש ישיבה זיך ארויסגעזעצט אינדרויסן צווישן די ביימער און געלערנט מיט זיינע קינדער אפאר שעה זוהר הקדוש.
 
שבת נאך שחרית האט דער ראש ישיבה פארגעלערנט די דרייצנטע מעשה פון די בוים וואס אלע קענען זיך דארט געפונען דאס פלאץ. דער ראש ישיבה האט שטארק אויפגעפאדערט אז מען דארף זען זיך צו קענען ליידן איינער דעם אנדערן, מען דארף יעדן ליב האבן, און אויב איך קען איינעם נישט ליידן איז עס מיין פראבלעם, נישט יענעמ’ס פראבלעם. וואס איז די עצה אויב איך קען איינעם נישט ליידן? התבודדות, בעט דעם אייבערשטן: “הייליגע באשעפער פארוואס קען איך יענעם נישט ליידן? וואס גייט פאר מיט מיר? העלף מיר איך זאל יעדן ליב האבן”. אויך אינדערהיים טאר מען נישט מאכן א חילוק צווישן די קינדער, מען דארף ליב האבן אלע קינדער לייך, אפילו איינער איז מער געלונגען. עס איז זייער נישט קיין שיינע זאך ווען מען האט ליב איין קינד מער פון א אנדערע. און דער ראש ישיבה האט אויסגעפירט: “מיט התבודדות קען מען פועל'ן צו ליבן אלע קינדער די זעלבע”.
 
שבת ביי שלש סעודות האט דער ראש ישיבה פארגעלערנט דעם שטיקל ליקוטי מוהר”ן אין חלק א’ סימן ע’, אז אלעס קומט פון דער ערד, און אלעס ציעט צו דער ערד. ווען מען ווארפט א באלי וועט דאס גלייך צוריק פליען צו דער ערד. דער צדיק איז צוגעגליכן צו ערד ער האט אויך די כח צו ציען אלע צום אים, איי נישט אלע קומען צום צדיק הערן די שיינע עצות און חיזוק? דאס איז ווייל מען האט געהערט ליצנות אויף דעם צדיק, האט מען אוועקגעשטופט דעם מענטש, אבער ווען די ליצנות וועפט אויס קומט מען צוריק צום צדיק. און דאס איז געווען די כח פון די משכן וואס דער צדיק משה רבינו האט אויפגעשטעלט, עס האט געצויגן אלעמען אהין, און ווער עס איז געקומען אהין האט אנגעהויבן שפירן א געוואלדיגע לעכטיגקייט אז דער אייבערשטער האט אים ליב, און ער קען שטענדיג צוריק קומען צום אייבערשטן, אפילו ער האט געטון די ערגסטע זאכן רחמנא לצלן, נעמט מען אים נאך דער אייבערשטער צוריק צו זיך.
 
די הערליכע יום טוב טעג וועט זיכער נישט פארגעסן ווערן, און וועט בלייבן איינגעקריצט אין הארצן, און דאס וועט מען מיטנעמען אויף ווייטער, צו קענען אנגיין מיט פרישע כוחות במשך די גאנצע יאר.