גאר א שיינער און געהויבנער יום טוב ראש השנה איז אריבער אויף אנשי שלומינו אין אומאן. עס איז שווער אראפצושרייבן דעם גאנצן יום טוב אין די קורצע שפאלטענעס פונעם גליון, דעריבער וועלן מיר בלויז פרובירן צו געבן א קורצן באריכט פון די הייליגע טעג.
 
קרוב צו הונדערט טויזנט אידן האבן זוכה געווען דורכצוברעכן אלע מניעות און שוועריקייטן, און האבן זוכה געווען צו זיין דאס יאר ביים הייליגן רבי'ן אין אומאן אויף ראש השנה. פון יעדן ווינקל איבער די גאנצע וועלט קומען אידן צו פארן צום הייליגן רבי'ן, אויסצופאלגן זיין בקשה אז מ'זאל קומען צו אים אויף ראש השנה, אויסצופועל'ן א זיס ליכטיג יאר, און אהיימצופארן מיט א ריינע נשמה און מיט פילע זעק מיט ישועות און רפואות פארן גאנצן יאר.
 
טראץ דעם וואס אין די לעצטע פאר יאר איז געווארן פיל שווערער צו קומען קיין אומאן אויף ראש השנה, צוליב דעם וואס די לופטפעלדער אין אוקראינע זענען פארשלאסן און מען דארף פארן דורך די ארומיגע לענדער – א זאך וואס מאכט די נסיעה פיל שווערער און לענגער – דאך ווערט דער קיבוץ ביים הייליגן רבי'ן נאר גרעסער מיט יעדן יאר וואס קומט צו גיין.
 
דער ריזיגער ציבור האט זיך אויסגעשפרייט איבער גאנץ אומאן; פילע טויזנטער דירות, אכסניות, און האטעלן זענען געווארן איבערגעפילט מיט אידן אין לויף פון די טעג פאר ראש השנה. הונדערטער שולן און בתי מדרשים איבער גאנץ אומאן זענען געווען פול מיט אידן במשך דעם יום טוב, וועלכע האבן זיך צוזאמגעקליבן צו דאווענען און אויסבעטן א גוט יאר. אבער דאס הארץ פון די פילע טויזנטער אידן איז געווען געוואנדן צו איין פלאץ: צום ציון הקדוש פונעם הייליגן רבי'ן, וואס ער האט זיך אונטערגענומען צו זיין א מליץ יושר פאר אלע וואס קומען צו אים אויף ראש השנה, אויסצופועל'ן פאר זיי א גוט געבענטשט יאר.
 
בנין היכל הקודש אין אומאן
 
דער בנין היכל הקודש אין אומאן, א שטילער ווינקל ארויס פון די רעשיגע הויפט גאסן פון אומאן, האט זיך ארויסגעשטעלט אין די לעצטיגע יארן צו זיין גאר א געשמאק פלאץ פאר אנשי שלומינו במשך דעם יום טוב. אלע געברויכן זענען צוגעשטעלט אויפ'ן פלאץ: דער גרויסער היכל הבית המדרש, א מקוה, אן עס-זאל, די אויבערשטע שטאקן מיט שלאף-צימערן, און אלעס ארום איז צוגעשטעלט אויפ'ן בעסטן און שענסטן פארנעם, א דאנק די חשוב'ע אינגעלייט וואס לייגן אריין שווערע כוחות פאר לאנגע וואכן און חדשים במשך דעם יאר פאר די טובה פון אלע אנשי שלומינו.
 
ספעציעל פאר די וואס ברענגען שוין מיט קינדער קיין אומאן – אזוי ווי דער ראש ישיבה שליט"א זאגט אלץ אז מען זאל מיטברענגען די קינדער קיין אומאן, כדי די קינדער זאלן אויפוואקסן און וויסן אז ראש השנה איז מען ביים הייליגן רבי'ן אין אומאן – איז דער בנין ממש א ישועה; א הייליג און ריין פלאץ, אפגעהיטן פון די גאס, וואו די קינדער קענען שיין מיטהאלטן דעם גאנצן יום טוב און זיין אפגעהיטן פון אלעס שלעכטס.
 
אין די לעצטע יארן איז אויך געווען צוגעשטעלט אין די וואכנטעג אין אומאן א הערליכער חדר פאר אלע קינדער וואס זענען געקומען קיין אומאן אינעם בנין היכל הקודש. דאס יאר איז נישט געווען צופיל וואכנטעג צו מאכן חדר פאר די קינדער, דעריבער האט מען געמאכט דעם חדר נאר אום ערב ראש השנה. נאנט צו צוויי הונדערט קינדער זענען געווען אין חדר, אנגעפירט דורך חשוב'ע מלמדים. די קינדער האבן אינאיינעם געגעסן, געדאווענט און געלערנט, און ביי חצות היום זענען די קינדער געגאנגען מיט די מלמדים צום ציון הקדוש צו זאגן אינאיינעם תיקון הכללי און זיך אויסבעטן אלעס גוטס.
 
במשך דעם יום טוב זענען די קינדער געזעסן אין שול אינאיינעם מיט די מלמדים, אויבן-אן נעבן דעם ראש ישיבה שליט"א, און שיין געדאווענט מיט חשק און ברען. ביים סוף פונעם יום טוב זענען די קינדער באלוינט געווארן מיט ווערדפולע מתנות פאר'ן זיך אזוי שיין אויפפירן במשך די גאנצע צייט אין אומאן.
 
שאטל
 
די גבאים פונעם "רענט קאמפיין" און די "נסיעה טרעוול" רייזע אגענטור האבן דאס יאר ווידער צוגעשטעלט די גאר נוצבארע סערוויס: די שאטל באסעס וואס קורסירן צווישן דעם בנין היכל הקודש (וואס איז א האלבע שעה צו גיין צופיס) און דעם הייליגן ציון. דער שאטל איז אנגעגאנגען פיר און צוואנציג שעה ארום דעם זייגער אין די וואכנטעג, ווען יעדע פופצן מינוט איז געווען א באס סיי ביים ציון הקדוש און סיי ביים בנין היכל הקודש, מיט וואס דער עולם האט זיך מחיה געווען אנצוקומען גרינגערהייט צום הייליגן ציון וואו מען האט זיך אויסגעבעטן א גוט יאר.
 
סליחות זכור ברית
 
ערב ראש השנה פארטאגס, אום 4:15, איז דער גאנצער ציבור זיך צוזאמגעקומען אין בית המדרש צו זאגן אינאיינעם סליחות זכור ברית מיט גרויס התעוררות. פאר'ן עמוד האט פארגעזאגט דער חשוב'ער גבאי פון שטעטל, הרה"ח ר' אברהם הערש וועבערמאן שליט"א, און אינאיינעם האט מען זיך אויסגעבעטן א גוט געבענטשט יאר.
 
גלייך נאך סליחות האט מען זיך געשטעלט דאווענען שחרית כוותיקין, און נאכ'ן דאווענען און תיקון הכללי האבן זיך פארמירט לאנגע ליניעס אריבערצוגיין צום ראש ישיבה שליט"א פאר פדיון נפש. דער ראש ישיבה שליט"א האט יעדן געגעבן זיין פריוואטע צייט און אנגעווינטשן להכתב בכתיבה וחתימה טובה.
 
התעוררות ביים ציון
 
די התעוררות וואס טוט זיך ביים הייליגן ציון איז נישט מעגליך צו באשרייבן פאר דעם וואס איז נישט דארט געווען. פיר און צוואנציג שעה אין טאג איז דער הייליגער ציון באלאגערט מיט אידן וואס קומען צום הייליגן ארט, פון וואו טויזנטער תפילות ווערן געענטפערט. מען קומט אהין און מען גייט ווי אריין אין אן אנדערע וועלט; מען זעט נישט קיינעם און מען הערט נישט קיינעם. ביים ציון פונעם הייליגן רבי'ן זעט מען נאר דעם אייבערשטן, דאס הארץ עפנט זיך אויף, מען וויינט זיך אויס צום אייבערשטן, מען פועל'ט ישועות, און מען גייט ארויס מיט א לייכטן געמיט און פארזיכערט אז די תפילות זענען אנגענומען געווארן ביים אייבערשטן.
 
דער ראש ישיבה שליט"א האט געשריבן פאר ראש השנה אז יעדן טאג וואס מען געפינט זיך אין אומאן זאל מען כאטש איינמאל גיין צום ציון. אנשי שלומינו האבן טאקע אויסגענוצט די הייליגע טעג פון ראש השנה און ארום, און זענען יעדן טאג געגאנגען צום ציון – טייל איין מאל און טייל עטליכע מאל, יעדער לויט זיין מעגליכקייט – און זיך אויסגעבעטן אלעס גוטס.
 
אין די צוויי טעג ראש השנה איז דער רוב עולם געגאנגען פארטאגס צום ציון, ווען דער ציון איז מער ליידיג, דאס הארץ איז מער אפן, און דער מח האט מער ישוב הדעת, און דערנאך איז מען צוריקגעקומען צום דאווענען אין בית המדרש.
 
ראש השנה ביים הייליגן רבי'ן
 
ראש השנה ביים זמן איז מען זיך צוזאמגעקומען צו מנחה. דער דיין הגאון ר' יונה זינגער שליט"א איז צוגעגאנגען צום לעצטן מנחה פונעם יאר, וואס מ'האט געדאווענט מיט א שטארקע התעוררות. מעריב האט געדאווענט הרה"ח ר' אברהם הערש וועבערמאן, וואס האט אויך פארגעזינגען דעם פיוט "אחות קטנה" אויפ'ן ספרדישן ניגון, אזוי ווי מען פלעגט עס זינגען ביי מוהרא"ש זי"ע. נאך מעריב איז דער עולם אריבער זיך אנווינטשן לשנה טובה ביים ראש ישיבה, וואס האט יעדן שיין אנגעווינטשן.
 
נאך א שיינער סעודה האט זיך דער עולם געאיילט צו גיין שלאפן, כדי צו קענען אויפשטיין אינדערפרי פאר'ן עלות נישט צו פארשלאפן דעם מזל; מען איז געלאפן אין מקוה און געגאנגען צום ציון.
 
אום אכט אזייגער האט מען זיך געשטעלט דאווענען. צו פסוקי דזמרא איז צוגעגאנגען דעם ערשטן טאג הר"ר שלמה רוטה שליט"א, און דעם צווייטן טאג האט געדאווענט הר"ר אלחנן חיים רוטה שליט"א. דער ראש ישיבה שליט"א האט געדאווענט שחרית און מוסף, וואס איז געווען זייער שיין. די בארימטע כאאר פון ישיבה אינאיינעם מיט די קינדער האבן זייער שיין מיטגעזינגען ביים דאווענען. עס האט געהערשט גאר א גרויסע התעוררות אין שול ביי די תפילות. פילע הונדערטער אידן האבן זיך געשלעפט צום בנין היכל הקודש מיטצוהאלטן דעם הערליכן און התעוררות'דיגן דאווענען, וואס האט צועפנט די הערצער פון אלע מתפללים, און דאס וועט בלייבן איינגעקריצט ביי זיי פאר א לאנגע צייט.
 
כאטש מען האט נישט געבלאזן שופר דעם ערשטן טאג ראש השנה, וואס איז אויסגעפאלן אום שבת קודש, האט אבער דער ראש ישיבה שליט"א יא געגעבן א תקיעת שופר דרשה, אזוי ווי דער מנהג פון צדיקים. דער ראש ישיבה שליט"א האט אנגעהויבן מיט'ן זוהר וואס מען זאגט פאר די תקיעות, וואו עס שטייט אז ווען מען בלאזט שופר אונטן, בלאזט מען שופר אויך אויבן אין הימל; און היינט שבת, אז מען בלאזט נישט אונטן, בלאזט מען אבער יא אויבן, און אז מען בלאזט שופר אויבן איז עס זיכער אויפ'ן בעסטן אופן וואס קען נאר זיין, און עס איז זיכער ממתיק אלע דינים. דער ראש ישיבה שליט"א האט גערעדט וועגן דעם וואס חז"ל זאגן אז פילע עקרות זענען נפקד געווארן מיט קינדער אום ראש השנה, און אז יעצט קען מען זיך אויסבעטן פאר קינדער – סיי ווער עס ווארט אויף קינדער און סיי ווער עס ווייסט פון א קרוב, א חבר, אדער אן אנדערן איד וואס ווארט אויף קינדער, זאל מען מתפלל זיין פאר זיי. אויך איז יוסף הצדיק ארויס פון תפיסה אום ראש השנה, קען מען מתפלל זיין פאר אידן יושבי חושך וצלמות, אז יעדער זאל ארויסגיין פון זיינע צרות. אויך זענען דא מענטשן וואס זענען געבונדן אין דער תפיסה פונעם יצר הרע, זיי קענען זיך נישט אפרייסן פון שלעכטע געוואוינהייטן, וואס מען רופט אין אמעריקע "עדיקטעד", און אויף אידיש מיינט עס אז מען האט א גרויסן נסיון דערויף; איז יעצט די צייט אום ראש השנה מתפלל צו זיין און זיך אויסבעטן צו ווערן אויסגעלייזט פון דער תפיסה. ווער עס ווארט אויף א שידוך, איז יעצט אויך די צייט צו בעטן דערויף. דער ראש ישיבה שליט"א האט צוגעענדיגט מיט דעם וואס מוהרא"ש פלעגט זאגן פאר תקיעת שופר, אז ווער עס האט א שנאה אויף א צווייטן איד זאל ארויסגיין פון בית המדרש; יעדער זאל זיך איבערבעטן, מוחל זיין, און זיך ליב האבן איינער דעם צווייטן.
 
ביי די סעודה האט מען געבענטשט נאך די פיש, מען האט צעטיילט די סעודה כדי צו עסן שלש סעודות, און דער ראש ישיבה שליט"א איז אריינגעגאנגען אין בית המדרש און געגעבן א דרשה.
 
סיפורי מעשיות
 
דער ראש ישיבה שליט"א האט געזאגט אז אזוי ווי מען פירט זיך ביי אנשי שלומינו פארצולערנען סיפורי מעשיות שבת אינדערפרי, און יעצט דארף מען דאך סיי ווי מאכן א שטיקל הפסק צווישן די צוויי סעודות, וועט מען פארלערנען סיפורי מעשיות. דער ראש ישיבה שליט"א פירט זיך צו רעדן שבת אינדערפרי ביי סיפורי מעשיות פון שלום בית, און היות די אידן פון ארץ ישראל און פון אנדערע מקומות קענען דאס דאך נישט מיטהאלטן, וועט מען יעצט רעדן אביסל פון שלום בית. דער ראש ישיבה שליט"א האט אנגעהויבן מיט דער ערשטער שורה פון סיפורי מעשיות, וואס דער הייליגער רבי זאגט: "אויפ'ן וועג האב איך דערציילט א מעשה, וואס ווער עס האט איר געהערט האט געהאט אן הרהור תשובה". דער ראש ישיבה שליט"א האט געזאגט אז יעצט אויף די וועגן קיין אומאן האט מען זיך אויסגעלערנט צו האבן אסאך סבלנות; מען האט געדארפט ווארטן ביים פליגער, ביים באן, ביים קאר, ביים גרעניץ, ביים טשעקפוינט, און אזוי ווייטער יעדער איינער מיט זיינע שוועריקייטן אויף די וועגן, און מען קען זיך אין ערגעץ נישט יאגן, מען קען נאר ווארטן מיט געדולד און בעטן דעם אייבערשטן. דאס זעלבע איז מיט'ן גאנצן לעבן, וואס איז ווי איין לאנגער וועג: מען ווערט געבוירן, מען באקומט פיאות, מען גייט דורך די קינדערישע יארן, די בחורישע יארן, און אזוי ווייטער אין לעבן, און דער איינציגסטער וועג דאס אריבערצוגיין איז נאר מיט אסאך תפילה און סבלנות.
 
דאס זעלבע איז מיט שלום בית, וואס מען קען נאר זוכה זיין דערצו מיט אסאך תפילה און סבלנות. דער עיקר סוד ליגט אינעם מויל: רעדן שיין אינדערהיים, געבן גוטע ווערטער, נאר אויסלויבן און אויסרימען און מאכן גוט פילן, און קיינמאל זיך נישט טענה'ן אדער אריינגיין אין ויכוחים. אבער מיט דעם אלעם דארף מען האבן אסאך סבלנות; עס קען נעמען צייט, אבער אז מען דערהאלט זיך, איז מען זוכה אז די שכינה רועט אינדערהיים, עס ווערט א גן עדן אינדערהיים, מען האט הנאה יעדע רגע צו זיין אינדערהיים, און דאס איז עבודת ה'. דאס איז וואס דער אייבערשטער וויל פון אונז, אז מיר זאלן לעבן אין שטוב באהבה ואחוה ושלום וריעות.
 
דער ראש ישיבה שליט"א האט דערציילט פארשידענע מעשיות וואס ער האט מיטגעהאלטן ערשט-האנטיג דאס יאר, פון אינגעלייט וואס האבן אינוועסטירט גרויסע געלטער און למעשה האט זיך גארנישט אויסגעארבעט און זיי האבן פארלוירן דאס גאנצע געלט. דער ראש ישיבה שליט"א האט ארויסגעברענגט אז ווען עס קומט צו געלט פארשטייען מענטשן אז עס לוינט זיך צו אינוועסטירן און ווארטן לאנגע יארן צו קענען זען רווחים; זיכער ביי שלום בית, וואס האט פיל מער שאנסן מצליח צו זיין, דארף מען אינוועסטירן אסאך געדולד און סבלנות, רעדן שיין און געבן אסאך גוטע ווערטער, און מיט דער צייט וועט מען זען דערפון אמת'דיגע ריזיגע פארדינסטן.
 
דער ראש ישיבה שליט"א האט נאכגעזאגט פון צדיקים אז ווען שבת איז דער ערשטער טאג ראש השנה, איז מען מיט'ן טשאלנט וואס מען עסט מתקן די זעלבע תיקונים ווי תקיעת שופר. דער ראש ישיבה שליט"א האט דאס שיין מסביר געווען, אז די חמין וואס מען עסט שבת איז דאך כדי צו פאלגן וואס די הייליגע חכמים האבן געזאגט, "להוציא מלבן של צדוקים" – די אויבער-חכמים פון יענע צייטן וואס האבן זיך איינגערעדט אז זיי פארשטייען בעסער און אז מען טאר נישט עסן ווארעמס אום שבת. דאס איז געווען דער נסיון אין יענע צייטן, און אין די היינטיגע צייטן זענען דא די היינטיגע נסיונות; ווער עס האט שכל און פאלגט וואס די צדיקים און די רבנים זאגן, ספעציעל אין דעם ענין פון טעכנאלאגיע – נישט אריינצוברענגען אין שטוב קיין סמארטפאון, טעבלעט, קאמפיוטער וכדומה – דער וועט זוכה זיין צו האבן א גוט לעבן, און ווער עס איז אן אויבער-חכם און מיינט אז ער פארשטייט בעסער, וועט נעבעך קענען ביטער ליידן דערפון. מיט דעם וואס מען פאלגט די חכמים, מיט דעם איז מען אלעס מתקן, פונקט ווי מיט תקיעת שופר.
 
מיטל נאכט
 
אום מיטל נאכט האט דער ראש ישיבה שליט"א געגעבן א דרשה צווישן מנחה און מעריב, און דער ראש ישיבה שליט"א האט טאקע אנגעהויבן מיט דעם אז דער הייליגער רבי האט זיך אזוי געפירט; רוב לאנגע גרויסע תורות אין ליקוטי מוהר"ן זענען פון די דרשות מיטל נאכט ראש השנה, און אזוי האט אויך רבי נתן געטון, און אזוי האט מען געזען ביי מוהרא"ש.
 
דער ראש ישיבה שליט"א האט ארומגערעדט פון די שוועריקייטן און מניעות וואס יעדער גייט דורך ביז ער איז זוכה אנצוקומען צום הייליגן רבי'ן אויף ראש השנה, אבער עס לוינט זיך דער גאנצער שלעפ מיט אלע שוועריקייטן, אזוי ווי דער רבי האט זיך אויסגעדרוקט אין זיין לעצטן ראש השנה ווען ער איז שוין געווען אין אומאן: "וואס זאל איך אייך זאגן? קיין גרעסערס פון דעם איז נישט פארהאן" – עס איז נישטא עפעס גרעסער ווי צו זיין ביים הייליגן רבי'ן אויף ראש השנה. דער ראש ישיבה שליט"א האט מחזק געווען די וואס מוטשען זיך מיט געלט, אז דער רבי האט געזאגט אז ער זארגט זיך פאר די הוצאות פון די וואס קומען צו אים. און די וואס דארפן זיך איבערבעטן, האט רבי נתן געזאגט: "דאנקען גאט אז נאך ראש השנה קומט יום כיפור, און יעדער בעט זיך איבער".
 
דער ראש ישיבה שליט"א האט ארומגערעדט אז דעם רבינ'ס זאך איז בעיקר "התחזקות" – זיך צו שטארקן און אנצוגיין אפילו ווען זאכן גייען נישט כסדר. דער ראש ישיבה שליט"א האט דערציילט א מעשה וואס האט פאסירט מיט א איד אין די צייטן פון רבי נתן, וואס יענער פלעגט לכתחילה פאסטן יעדע וואך משבת לשבת, אבער איינמאל ווען עס איז אריבער אויף אים א שוועריקייט, איז ער נעבעך אינגאנצן אוועקגעפאלן. דער קונץ איז נישט נאר צו קענען אנגיין ווען אלעס גייט ווי געשמירט, נאר אפילו ווען מען פאלט אראפ און זאכן גייען נישט גוט און גרינג, זאל מען ווייטער קענען אנגיין מיט א שטארקייט, אפילו ווען זאכן גייען נאר האלבוועגס.
 
פון דעם איז דער ראש ישיבה שליט"א אריינגעפארן אין א לענגערע שמועס איבער דעם סדר דרך הלימוד פונעם הייליגן רבי'ן, וואס ביי דעם קען מען ממש זען אז נאר מיט התחזקות קען מען מצליח זיין צו לערנען די הייליגע תורה יעדן טאג. אודאי האט יעדער זיין סדר וויאזוי ער לערנט, צי מיט א חברותא צי מיט א מגיד שיעור און אזוי ווייטער, אבער עס זענען דא אזויפיל טעג וואס מען קומט נישט אן צו לערנען קיין תורה, למשל יעצט אום ערב ראש השנה, אום ראש השנה, און אזוי ווייטער; וויפיל מענטשן קומען שוין אן צו לערנען תורה אין די דאזיגע טעג? ווען מען האט אבער דעם סדר דרך הלימוד פונעם הייליגן רבי'ן – וואס דער רבי האט אונז אויסגעלערנט אז מען קען לערנען די ווערטער פון די תורה אפילו אן פארשטיין, און אפילו מען געדענקט נישט וואס מען האט געלערנט – קען מען אלץ האבן מיט זיך עטליכע ספרים: א חומש, א משניות, א גמרא, א תהלים און דאס גלייכן, און מען קען שטענדיג אריינכאפן נאך און נאך פון די הייליגע תורה. צו דעם דארף מען גארנישט האבן, און דאס קען מען אלעמאל טון.
 
דער ראש ישיבה שליט"א האט אויך שטארק ארומגערעדט פון התבודדות, זיך אויסרעדן דאס הארץ צום אייבערשטן, ובפרט דא אין אומאן זאל מען אויסנוצן די צייט און זיך אויסבעטן אלעס וואס מען דארף. דער ראש ישיבה שליט"א האט דערציילט אז א אינגערמאן האט אים געזאגט פאריאר, אז כאטש ער וויל בעטן אסאך זאכן אין אומאן, האט ער באשלאסן צו נעמען איין זאך אויף וואס ער וועט ספעציעל שטארק בעטן און דאס אויספועלן: ער זאל קענען ארויסנעמען דעם טעבלעט פון דערהיים. דאס איז א זאך וואס ער דארף באמת זייער וויכטיג האבן לצורך פרנסה, אבער ער ווייסט אז עס איז נישט אויסגעהאלטן דאס צו האלטן אין שטוב און ער האט נישט געוואוסט וויאזוי דאס צו באווייזן. למעשה האט ער דאס טאקע אויסגעפועלט, און ער האט געטראפן א וועג וויאזוי דאס ארויסצונעמען פון הויז.
 
דער ראש ישיבה שליט"א האט קלארגעשטעלט אז ער רעדט נישט פון די וואס האבן כלים אן קיין פילטער, ער איז קיינעם נישט חושד אפילו אויף אזא זאך, אבער אפילו מיט א פילטער דארף מען האבן גרויס רחמי שמים; דערווייל איז נאכנישטא קיין פילטער וואס זאל ארויסנעמען די ליצנות און די קאלטקייט צו אידישקייט וואס מען באקומט פון די אלע כלים, און מען דארף אסאך בעטן דעם אייבערשטן צו קענען פטור ווערן דערפון.
 
נאך מעריב איז ווידער געווען א שיינע סעודה, און דער עולם האט זיך געלייגט שלאפן גלייך נאך די סעודה. מען איז אויפגעשטאנען ביים עלות, וכמעשהו בראשונה כך מעשהו בשניה; די תפילות דעם צווייטן טאג זענען אויך געווען מיט'ן זעלבן ברען און התעוררות, מיט א געוואלדיגע פרישקייט צו ממליך זיין דעם אייבערשטן און זיך אויסצובעטן א גוט געבענטשט יאר.
 
צווייטן טאג יום טוב
 
דעם צווייטן טאג האבן מיר געהאט די זכיה צו הערן שופר בלאזן פונעם ראש ישיבה שליט"א. פאר די תקיעות האט דער ראש ישיבה שליט"א מעורר געווען אויסצונוצן די געהויבענע מינוטן ווי עס דארף צו זיין. בשעת מען בלאזט שופר צומישט מען די טענות פונעם שטן און ער קען נישט מקטרג זיין, דערפאר איז עס א זייער גוטע צייט ווען מען קען בעטן דעם אייבערשטן וואס מען וויל און אים איבערבעטן. אויך האט דער ראש ישיבה שליט"א ווידער זייער שטארק געבעטן אז קיינער זאל נישט פיינט האבן א צווייטן; מען זאל זיך שטארק דערווייטערן פון מחלוקת, און אפילו ווען מען האלט אנדערש פון יענעם דארף מען זיך נאך אלץ ליב האבן. דער ראש ישיבה שליט"א האט זייער אנגעווארעמט דעם ציבור אז ווער עס האט א שווער הארץ אויף א צווייטן, איז יעצט די ריכטיגע צייט יעדן מוחל צו זיין און אנהויבן א נייעם בלאט אין לעבן, צו זיין בשלום ושלוה מיט אלע אידישע קינדער.
 
איבער דעם ענין פון זיך "אויסבעטן", האט דער ראש ישיבה שליט"א דערציילט אז ווען דער הייליגער רבי איז שוין געווען זייער נישט געזונט, איז זיין אייניקל ישראל אריינקומען צו אים. האט אים דער רבי געזאגט: "ישראליק, בעט דעם אייבערשטן פאר מיר אז איך זאל זיין געזונט." דער קליינער ישראליק האט געזאגט אז ער וויל עפעס באקומען פאר דעם, און דער רבי האט אים געגעבן זיין גאלדענעם זייגער. דאן האט ישראליק זיך אנגערופן: "גאט גאט, לאז מיין זיידע זיין געזונט!" דער עולם ארום האט זיך צושמייכלט פונעם קליינעם: "פאר דעם האסטו באקומען דעם גאלדענעם זייגער? בלויז צו זאגן די פאָר פשוטע ווערטער?!" אבער דער רבי האט זיך אנגערופן צום עולם און זיי פארגעהאלטן פארוואס זיי לאכן פונעם קינד: "וויאזוי דען בעט מען דעם אייבערשטן אויב נישט אזוי?" דער ראש ישיבה שליט"א האט אויסגעפירט אז דאס מיינט זיך אויסבעטן: פשוט צו בעטן אויף די אייגענע שפראך אלעס וואס מען דארף – "באשעפער, איך דארף פרנסה", "באשעפער, איך דארף קינדער", "באשעפער, איך דארף נחת פון די קינדער", "באשעפער, איך וויל זיין געזונט", און אזוי ווייטער בעט יעדער זיינע געברויכן אויף א פשוטע שפראך.
 
נאכ'ן דאווענען איז געווען א שיינע סעודה; בעלי מנגנים און חזנים האבן זיך אויפגעשטעלט זינגען שיינע ניגונים און נוסחאות לכבוד יום טוב.
 
אום פינף-דרייסיג איז מען געגאנגען אינאיינעם זאגן תשליך ביים וואסער, און נאכ'ן זאגן די תפילות האט מען זיך ארויסגעלאזט אין א טאנץ צו דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן.
 
נאכמיטאג האט מען געדאווענט מנחה, און דערנאך האט דער ראש ישיבה ווידער געגעבן א שיינע דרשה. דער ראש ישיבה שליט"א האט גערעדט איבער די גרויסקייט פון זיין ביים הייליגן רבי'ן אויף ראש השנה, און וויפיל מען דארף דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן אז מען האט זוכה געווען איבערצוקומען אלע מניעות און זיין ביים רבי'ן אויף ראש השנה. מען קען נישט קוקן אויף דעם צי מען האט יא געהאט א געפיל אדער נישט; ווען עס קומט צו אידישקייט דארף מען טון וואס איז ריכטיג און וואס דער אייבערשטער וויל, אן קוקן צי מען האט א געפיל דערין. יעצט קומט דער הייליגער יום טוב סוכות – מען דארף זיצן אין די סוכה, מען דארף שאקלען לולב, נישט קיין חילוק צי מען האט יא א געפיל אין דעם אדער נישט.
 
מען דארף מיטנעמען דעם רבי'ן אויך אויף די גאנצע יאר, נישט נאר אויף ראש השנה: לערנען די ספרים פונעם הייליגן רבי'ן און זיינע תלמידים, זיך שטארקן מיט די עצות פונעם הייליגן רבי'ן, און איבערגעבן אויך פאר די קינדער די לימודים פונעם רבי'ן. דער ראש ישיבה שליט"א האט שטארק ארויסגעברענגט די גרויסקייט פון די ברסלב'ע מוסדות, סיי אין אמעריקע און סיי אין ארץ ישראל, וואו מען רעדט צו די קינדער יעדן טאג פונעם הייליגן רבי'ן. די קינדער וואקסן אויף מיט'ן רבי'ן, און בעיקר מיט די הויפט עצה פונעם הייליגן רבי'ן צו רעדן צום אייבערשטן אויף די אייגענע שפראך, זיך אויסגיסן דאס הארץ צום אייבערשטן און אים בעטן כסדר אלעס וואס מען וויל.
 
מי שהיה אצלי על ראש השנה, ראוי לו לשמוח כל השנה!