א גאר שיינער ציבור איז זיך צוזאם געקומען צום דאווענען און תיקון ליל שבועות, דערנאך האט מען געדאווענט אינאיינעם פארטאגס כותיקין. נאכן דאווענען איז געווען א מילכיגער קידוש ווי הרה"ג ר' יצחק שליט"א האט געזאגט עטליכע ווערטער לכבוד יום טוב.
די ערשטע טאג שבועות נאך מנחה האט הרה"ג ר' יצחק שליט"א געזאגט שיינע דברי חיזוק וואס מיר קענען ארויסנעמען פון די לעבן פון דוד המלך ע"ה, וואס האט מיטגעמאכט אלע צרות וואס א מענטש קען נאר טראכטן, אבער האט נישט אפגעלאזט דעם אייבערשטן פאר א רגע, און די גרויסקייט פון זאגן תהלים.
 
ביי נעילת החג מוצאי יו"ט האט הרה"ג ר' יצחק שליט"א צווישן אנדערע זייער שיין געטייטשט דאס וואס חז"ל זאגן "ביותר צריך להזהר במקום שיש חסרון כיס", אז מ'דארף האבן א טאש וואו צו לייגן א קליינע משניות'ל, אז מ'האט נישט קיין משניות מיט זיך, און מ'ווארט צ.ב. ביי א דאקטער'ס אפיס, איז מען זייער איינגעשטעלט, אדער ווען מ'ווארט אז די ווייב זאל ארויסקומען פון א געשעפט, וויאזוי קען מען זיך שטארקן מיט סבלנות אן א משניות?