הערליכע יום טוב שבועות אין קרית ברסלב ליבערטי מיט'ן ראש ישיבה שליט"א
ט סיון תשפ"א 📝
גאר א דערהויבענער און פרייליכער יום טוב שבועות האבן אנשי שלומינו מיטגעהאלטן דאס יאר, זייענדיג מיט'ן ראש ישיבה שליט"א אינעם ברסלב'ער שטעטל קרית ברסלב ליבערטי.
די חשובע איינוואוינער פון שטעטל האבן ברייט געעפנט זייערע הערצער און טירן פאר די פילע הונדערטער משפחות וואס זענען געקומען צו פארן אויף יום טוב, מקבל צו זיין די הייליגע תורה פון פריש, אינאיינעם מיט'ן ראש ישיבה שליט"א.
פילע זענען שוין אנגעקומען ערב שבת קודש, און מיטגעהאלטן דעם שבת דרך ארץ (שבת פאר שבועות), און זיך צוגעגרייט אינאיינעם צום גרויסן יום טוב, דער איבעריגער ציבור איז אנגעקומען זונטאג ערב יום, און זיך פלאצירט לענגאויס דעם שטעטל.
ערב יום טוב האט זיך אנגעזען א שטארקע פארקער אין די גאסן פון שטעטל ווען די געסט זענען אנגעקומען, אויך האט מען געזעהן פילע משפחות האבן זיך פלאצירט אין מאבילס וואס זענען געווארן אראפגעלייגט אין פארנט פון די הייזער.
גאר א שיינע חופה פון הערליכע בלומען און ביימער איז געווארן אויפגעשטעלט ארום די בימה לכבוד שבועות, אהערגעשטעלט דורך האברך מו"ה אייזיק אפפעל הי"ו. אויך האט מען געברענגט פרישע טישן און בענק צו קענען אקאמאדירן דער גרויסער עולם וואס איז געקומען.
דער ראש ישיבה האט זיכער געמאכט אז אלע געסט האבן צו עסן און וואו צו שלאפן, אויך האט דער בית התבשיל זיך זייער שיין צוגעשטעלט, אנגרייטנדיג גאר אסאך עסן פון אלעם גוטן אז יעדער זאל האבן לכבוד יום טוב.
דער עולם איז אנגעקומען אין בית המדרש ערב יום טוב צו מנחה. דער ראש ישיבה שליט"א איז צוגעגאנגען צו מערבית, און געדאווענט מיט גרויס געשמאק און השתפכות הנפש.
ביינאכט נאך די סעודה איז זיך דער עולם צוזאמגעקומען אין בית המדרש צו תיקון ליל שבועות, יעדער האט זיך געלערנט זיינע שיעורים, ביז ארום צוויי אזייגער ווען דער עולם האט אינאיינעם געזאגט דעם תיקון, ווען יעדע שטיק צייט האט מען געזינגען ווארימע בענקעדיגע ניגונים, "והאר עינינו בתורתך ודבק לבינו במצותיך". פארטאגס איז מען געגאנגען אין מקוה, און זיך געגאנגען צולייגן צו קענען דאווענען אינדערפרי מיט א רואיגן קאפ.
אינדערפרי פארן דאווענען האט דער ראש ישיבה שליט"א פארגעלערנט דעם שיעור אין ספר פעולת הצדיק די מעשה וואס דער הייליגער רבי האט פארציילט איבער א חשובער רב וואס האט געשוועבט אין "עולם התוהו" פאר אכט און צוואנציג יאר. דער רבי האט אויסגעפירט די מעשה "אויב מען וועט קומען צו מיר אויף ראש השנה, שבת חנוכה און שבועות וועט מען ווערן ניצול פון עולם התוהו", האט דער ראש ישיבה שליט"א געפרעגט פארוואס דייקא די דריי צייטן? ראש השנה לערנט אונז דער רבי "התבודדות" - רעדן צום אייבערשטן. חנוכה איז דער רבי מגלה דער ענין פון דאנקען דעם אייבערשטן. און שבועות גיבט אונז דער רבי די געוואלדיגע מתנה פון "סדר דרך הלימוד" - א וועג צו לערנען פאר יעדן איד אין יעדן מצב.
ביי שחרית האט דער עולם געזינגען דעם אהבה רבה מיט א געוואלדיגע התעוררות, אזוי אויך איז דער הערליכער הלל געזינגען געווארן מיט גרויס התרגשות.
נאך שחרית איז מען ארויס מקבל פנים זיין דעם נייעם ספר תורה וואס דער ראש ישיבה שליט"א האט געשריבן פאר די לעצטע זעקס יאר. דער ספר תורה איז ארויס פון שטוב פונעם ראש ישיבה שליט"א, מ'האט געטאנצן אויפ'ן גאס מיט גרויס שמחה לכבודה של תורה פאר א לענגערע צייט, יעדער אינגערמאן האט געהאט די געלעגענהייט צו טאנצן מיטן נייעם ספר, מען האט פארטיילט פאר די קינדער א פעקל נאש לכבוד די שמחה, און דערנאך איז מען ארויסגעקומען מיט די ספרי תורה פון שול מקבל פנים זיין דעם נייעם ספר תורה, דער ראש ישיבה שליט"א האט פארגעזאגט "לדוד מזמור" און מ'האט אריינגעלייגט דעם ספר תורה אין היכל.
דערנאך איז מען געגאנגען צו קריאת התורה, דער ראש ישיבה שליט"א האט פארגעזאגט די הייליגע פיוט אקדמות מיט גרויס התעוררות, און אויך געליינט די תורה מיט די עשרת הדברות.
נאכ'ן דאווענען איז פארגעקומען א גרויסער מילכיגער קידוש, דער ראש ישיבה שליט"א האט גערעדט אז די טעם פארוואס מ'עסט מילכיגס, וואס איז די שפייז פון בעיביס, אונז צו ווייזן אז מיר ווערן יעצט ווי א ניי געבוירן קינד, מיר קענען יעצט פריש מקבל זיין די הייליגע תורה און זיך צוריק קערן צום אייבערשטן, אויך האט דער ראש ישיבה צוגעלייגט - אז אפילו ווען מילך ווערט שוין פארדארבן, ווערט דערפון פיינע געשמאקע קעז, דאס מיינט אז אפילו א איד שפירט זיך אינגאנצן פארדארבן, זאל ער זיך אויפהויבן און צוריק קומען צום אייבערשטן און צו די תורה, און ער וועט זוכה זיין צו גאר שיינע זאכן.
נאכמיטאג, נאך מנחה, האט דער ראש ישיבה שליט"א געזאגט די "שטר תנאים שבין ישראל לאביהם שבשמים", דער ראש ישיבה האט ארומגערעדט איבער'ן סדר דרך הלימוד, וואס איז א מתנה פאר אונז פון הייליגן רבי'ן, וואס מיט דעם קען יעדער איד האבן א שייכות מיט די הייליגע תורה, אפילו מ'האט נישט קיין איבריגע צייט צו לערנען, מ'האט נישט די קאפ אדער געדולד, קען מען אבער "זאגן" די ווערטער פון די הייליגע תורה, און ווען א איד זאגט די הייליגע תורה, וועט ער צום סוף זוכה זיין צו קענען פארשטיין אלעס וואס ער האט געלערנט.
כמעשהו בראשונה כך מעשהו בשניה, אויך דער צווייטער טאג יום טוב איז אריבער מיט גרויס דערהויבנקייט, אויך דעם צווייטן טאג נאכן דאווענען איז פארגעקומען א קידוש, דער ראש ישיבה שליט"א האט ארום גערעדט פארוואס מען לייגט ביימער און גראז אין ביהמ"ד: ס'איז אמאל געקומען א איד צום רבי'ן זיך אויסרעדן דאס הארץ אז ער האט נישט קיין חשק צו לערנען, האט אים דער רבי געזאגט "בעט דעם אייבערשטן זאלסט האבן חשק צו לערנען". דערפאר לייגט מען ביימער אין גראז ארום די בימה וואו מען ליינט די תורה, אונז צו לערנען אויב מען וויל זוכה זיין צו לערנען יעדן טאג און האבן א חשק התורה דארף מען אויף דעם בעטן דעם אייבערשטן, ווי דער רבי זאגט אז "עס איז גוט צו גיין שפאצירן צווישן די גראז און ביימער און רעדן צום אייבערשטן".
נאך מנחה ביי נעילת החג האט דער ראש ישיבה שליט"א געזאגט די שטר כתובה, און דערנאך גערעדט דברי חיזוק ווי אזוי מיטצונעמען דעם יום טוב אויפ'ן גאנצן יאר.
דער ראש ישיבה שליט"א האט שטארק ארום גערעדט פון זיך מאכן שיעורים אין אלע חלקים פון די תורה, מוהרא"ש האט אוועק געשטעלט פופצן שיעורים, מקרא, נ"ך, משנה, בבלי, ירושלמי, תוספתא, רמב"ם, טור, שלחן ערוך, מדרש רבה, מדרש תנחומא, זוהר, תיקוני זוהר, ליקוטי מוהר"ן, ליקוטי הלכות.
דער ראש ישיבה האט געזאגט אז געווענליך איז מען געוואוינט אז אן עושר וואס האט דאס געלט, ער לאזט זיך שרייבן א ספר תורה; אבער דא איז נישט געווען אזוי, נאר יעדע מאל ער האט געהאט אפאר דאלער פון שדכנות האט ער עס געגעבן פארן סופר, און אזוי נאך זעקס יאר, האט מען זוכה געווען אז פון די פאר דאלער, איז געווארן א גאנצע ספר תורה; ווי דער מדרש זאגט, א טיפש קומט אין בית המדרש ער זעט די שענק מיט פילע ספרים, אזא גרויסע ש"ס, זאגט ער "איך קען עס נישט באווייזן, דאס איז צו סאך פאר מיר", אבער דער חכם זאגט, "היינט קען איך לערנען אביסל", אזוי לערנט ער יעדן טאג אביסל, און עס נעמט נישט קיין סאך צייט, און ער איז זוכה צו לערנען די גאנצע תורה.
אויך האט דער ראש ישיבה גערעדט איבער די שיינקייט פונעם שטעטל. דער ראש ישיבה האט געזאגט מ'קען טרעפן שענערע געגענטער, מ'קען טרעפן הייזער פאר ביליגערע טעקס, אבער נישט פאר דעם קומט מען דא אהער. נישט די גרויסקייט פון די פראפערטי איז די מעלה פון דעם שטעטל, דא קומט מען נאר פארדעם אז די קינדער זאלן אויפוואקסן מיטן אייבערשטן, מיט תפילה, יראת שמים. נאר דאס פארקויפט די שטעטל. ס'איז דא סאך שענערע און ביליגער געגענטער. אמת אז איבעראל איז דא אמונה. אבער דא איז דער עיקר אמונה.
ויום טוב היה עושה בצאתו בשלום מן הקודש, אום מוצאי יום טוב איז מען זיך ווידער צוזאמגעקומען אין שול זיך צו פרייען מיט'ן נייעם ספר תורה. פאר לאנגע שעות האט מען געטאנצן בתופים ובמחולות, לכבודה של תורה.
דער ראש ישיבה האט זיך אנגערופן אינמיטן טאנצן "מוצאי פסח יאגט מען זיך אוועק פאקן דעם יום טוב, מוצאי סוכות לויפט מען זיך מען דארף צוזאם פאקן די סוכה, אבער יעצט מוצאי שבועות דארף מען איינפאקן די שמחה פון די תורה פאר א גאנץ יאר, אויסער דעם איז נישטא וואו זיך יאגן, לאמיר טאנצן אינאיינעם זיך פרייען מיט די תורה". און דער עולם האט זיך פריש ארויס געלאזט און פרייליכע טענץ ביז שפעט אין די נאכט.
דער געהויבענער יום טוב וועט אונז בלייבן אין די ביינער פאר לאנגע יארן, די התחזקות און התעוררות וועט געדענקט ווערן פאר זייער לאנג, און מיט די הייליגע לימודים פון רבי'ן וועלן מיר אלע זוכה זיין צו זיין גרויסע ערליכע אידן.
שִׂשׂוּ וְשִׂימְּחוּ בְּשִׂמְחַת הַתּוֹרָה!
📸 סיום מסכת סוטה און שבועות - מוצ"ש בה"ב תשפ"א - אין קרית ברסלב ליבערטי
📸 בית המדרש אין קרית ברסלב ליבערטי הערליך באצירט לכבוד יו"ט שבועות תשפ"א
📸 פרייליכע טענץ מוצאי יו"ט אין קרית ברסלב ליבערטי - שבועות תשפ"א
🎞️ פרייליכע טענץ מוצאי יו"ט אין קרית ברסלב ליבערטי - שבועות תשפ"א
🎞️ דער ראש ישיבה שליט"א ביים אנהייבן שרייבן א נייע ספר תורה - מאנטאג במדבר תשפ"א
💿 סידי טאנץ מיט אמונה
📚 קונטרס "הייליגע אויגן" עצות און חיזוק צו היטן די אויגן
🛡️ קמיע פון מוהרא"ש זי"ע לשמירה ולהצלחה
📰 מען גרייט זיך אין שטעטל צום יום טוב שבועות