הערליכע יום טוב שבועות אין קרית ברסלב ליבערטי מיט'ן ראש ישיבה שליט"א
ט סיון תשפ"ב 📝
גאר א דערהויבענער און פרייליכער יום טוב שבועות האבן אנשי שלומינו מיטגעהאלטן מיט'ן ראש ישיבה שליט"א אינעם ברסלב'ער שטעטל קרית ברסלב ליבערטי.
די חשובע איינוואוינער פון שטעטל האבן ברייט געעפנט זייערע הערצער און טירן פאר די פילע הונדערטער משפחות וואס זענען געקומען צו פארן אויף יום טוב, מקבל צו זיין די הייליגע תורה פון פריש, אינאיינעם מיט'ן ראש ישיבה שליט"א.
ערב יום טוב האט זיך אנגעזען א שטארקע פארקער אין די גאסן פון שטעטל ווען די געסט זענען אנגעקומען, אויך האט מען געזעהן פילע משפחות האבן זיך פלאצירט אין מאבילס וואס זענען געווארן אראפגעלייגט אין פארנט פון די הייזער.
שבועות ביינאכט נאך די סעודה איז זיך דער ציבור צוזאמגעקומען אין בית המדרש צו תיקון ליל שבועות, יעדער האט געלערנט זיינע שיעורים, און בערך צוויי אזייגער האט דער גאנצער עולם געזאגט דעם תיקון אינאיינעם מיט'ן ראש ישיבה שליט"א. ווי עס איז איינגעפירט אין היכל הקודש זאגט מען דעם קורצן תיקון, וואס איז דער ערשטער און לעצטער פסוק פון יעדע פרשה פון די תורה און ספרי הנ"ך, און דערנאך די תרי"ג מצוות, אינצווישן האט מען געזינגען ווארעמע בענקעדיגע ניגונים, "והאר עינינו בתורתך ודבק לבינו במצותיך", און נאך הארציגע ניגונים אויף אידיש, מיט תפלות און רצונות צו ווערן נאנט צום אייבערשטן און צו זיין הייליגע תורה.
נאכ'ן תיקון האט דער ראש ישיבה שליט"א מעורר געווען אז מען זאל אויסנוצן די צייט ביז'ן עלות זיך אויסצובעטן ביים אייבערשטן, און דערנאך האט מען געטאנצן מיט גרויס פרייד.
בקדרותא דצפרא איז מען געגאנגען אין מקוה, און דערנאך זיך געגאנגען לייגן צו קענען דאווענען שחרית מיט א רואיגן קאפ.
מען האט געהאט די זכי' אז דער ראש ישיבה שליט"א האט געדאווענט פאר'ן עמוד שחרית ביידע טעג יום טוב. מען האט געזונגען אהבה רבה מיט א געוואלדיגע התעוררות, און דערנאך האט מען געזאגט הלל אינאיינעם מיט גרויס התרגשות. דער ראש ישיבה שליט"א האט פארגעלייט דער הייליגער פיוט "אקדמות" מיט גרויס התעוררות און השתפכות הנפש, און אויך געליינט די קריאת התורה מיט די עשרת הדברות מיט גרויס התלהבות. צו מוסף איז צוגעגאנגען מו"ה הערשל שניטצלער הי"ו, א חשובער מלמד אין שטעטל.
נאכ'ן דאווענען איז געווען צוגעשטעלט א גרויסער מילכיגער קידוש, דער ראש ישיבה שליט"א האט גערעדט איבער דעם וואס מ'עסט מילכיגס, און נאכטגעזאגט א שיין פשט פון מוהרא"ש אז מען עסט מילכיגס ווי א קליין קינד וואס קען נאר עסן מילך, צו ווייזן אז מיר זענען יעצט ווי ניי געבוירן, מ'קען אלץ אנהויבן פון פריש מקבל צו זיין די הייליגע תורה און זיך צוריק קערן צום אייבערשטן, און אפילו די מילך איז שוין פארדארבן, קען מען יעצט מאכן דערפון געשמאקע קעז, דאס מיינט אז אפילו א איד שפירט זיך אינגאנצן פארדארבן, זאל ער זיך נישט אראפקלאפן, נאר זיך אויפהויבן און צוריק קומען צום אייבערשטן און צו די תורה, און ער וועט זוכה זיין צו גאר שיינע זאכן.
נאכמיטאג, נאך מנחה, האט דער ראש ישיבה שליט"א פארגעזאגט די "שטר תנאים שבין ישראל לאביהם שבשמים", ווי דער מנהג, און דערנאך האט ער ארומגערעדט וואס דער רבי האט געזאגט אז ווער עס וועט זיין ביי אים אין די דריי צייטן ראש השנה, שבת חנוכה, און שבועות, וועט געראטעוועט ווערן פון דעם שווערן עונש פון עולם התוהו. יעדע פון די צייטן באקומט מען אנדערע סארט מתנות פון הייליגן רבי'ן, און יעצט אום שבועות באקומט מען דעם סדר דרך הלימוד. זאגן די ווערטער פון די הייליגע תורה.
דער צווייטער טאג מוסף האט געדאווענט פאר'ן עמוד מו"ה אברהם הערש וועבערמאן הי"ו, דער גבאי פונעם בית המדרש, און דער רעדאקטאר פונעם וועכנליכן הערליכן צייטונג "קרית ברסלב בלעטל".
ביים קידוש נאכ'ן דאווענען האט דער ראש ישיבה שליט"א גערעדט פון דעם וואס דער רבי זאגט אין די זיבעטע מעשה פון סיפורי מעשיות איבער דעם בלעטל וואס האט באשיצט, וואס דאס גייט ארויף אויפ'ן לימוד פון א בלאט גמרא יעדן טאג, וואס דאס באשיצט דעם מענטש פון אלעם בייזן. אויך האט דער ראש ישיבה גערעדט איבער די גרויסקייט פון זאגן תהלים, און אז אין די פסוקים קען מען אריינפלעכט אייגענע תפלות אויף אידיש, מען בעט דעם אייבערשטן אלעס וואס מען דארף.
נאכמיטאג איז מען זיך צוזאם געקומען צו מנחה און נעילת החג, דער ראש ישיבה שליט"א האט פארגעזאגט די שטר כתובה שבין ישראל לאביהם שבשמים, און דערנאך גערעדט דברי חיזוק ווי אזוי מיטצונעמען דעם יום טוב אויפ'ן גאנצן יאר.
ויום טוב היה עושה בצאתו בשלום מן הקודש, אום מוצאי יום טוב איז מען זיך צוזאמגעקומען אין שול צו טאנצן און זיך פרייען. פאר לאנגע שעות האט מען געטאנצן בתופים ובמחולות, לעבעדיג און לוסטיג מיט לויב און געזאנג צום אייבערשטן.
דער געהויבענער יום טוב וועט בלייבן אין די ביינער ביי אלע באטייליגטע פאר לאנגע יארן, די התחזקות און התעוררות וועט געדענקט ווערן פאר זייער לאנג, און מיט די הייליגע לימודים פון רבי'ן וועלן מיר אלע זוכה זיין צו זיין גרויסע ערליכע אידן.
דאס איז א גאר קורצע באריכט אויפן שפיץ גאפל, א הערליכע לענגערע באריכט, וועט זיין בעז"ה ערב שבת קודש אינעם וועכענטליכן בארימטן "גליון היכל הקודש".
שישו ושמחו בשמחת התורה!