הערליכע מסיבה פארגעקומען אין ארץ ישראל אין בעפארברייטונג צום "אנשי חיל" קאמפיין
כט תמוז תשפ"ד 📝
אנשי שלומינו איבער די וועלט גרייטן זיך מיט גרויס עקסטאז צום יערליכע "אנשי חיל" קאמפיין, וואס צילט ארויסצוהעלפן דעם ראש ישיבה שליט"א צו קענען אנהאלטן און ווייטער בויען די הייליגע קהילה און מוסדות התורה והחסד פון "היכל הקודש", וואס פארמאגט היינט אונטער זיך מוסדות און קהילות אין פילע לענדער און שטעט איבער די וועלט, וואס זענען דינען ווי לייכט טורעמס פאר אידן פון אלע שיכטן און קרייזן וואס דערווארימען זיך צום הייליגן פייער פון הייליגן רבי'ן, וואס ווערט ווייטער איבערגעגעבן דורכ'ן ראש ישיבה שליט"א, אויף יעדן מעגליך וועג.
דער ראש ישיבה שליט"א איז זיך מוסר נפש צו פירן און באגלייטן די הייליגע ברסלב'ע קהילה, וואס מוהרא"ש זי"ע האט איבערגעלאזט נאך זיין פטירה, און במשך די יארן איז זיך עס צואוואקסן קע"ה א ריזיגע אימפעריע פון תורה עבודה און גמילת חסדים, מיט א דגוש איבערצוגעבן פאר די תלמידים די ריינע אמונה און געבן א וועג וויאזוי מען קען מצליח זיין ברוחניות ובגשמיות אפילו ווען מיר געפונען זיך אינעם יעצטיגן שווערן דור.
דער ראש ישיבה שליט"א האט אייגעפירט אז דער היי יעריגער קאמפיין זאל לויפן אויף עקסטערע טיעמס, ווי יעדע טיעם וועט האבן באזונדערע עסקנים וואס וועלן באגלייטן אלע חברים מען זאל קענען בסעייתא דשמיא אויפרטייבן שיינע סכומים.
אזוי ווי איבעראל איז אין ארץ ישראל אויך געווען גרויסע הכנות צום קאמפיין, שוין עטליכע וואכן וואס עס קומען פאר מיטינגען צווישן די גבאים פון אלע שטעט פון די שולן און די מוסדות התורה והחסד צו קענען אריינעמען אלעמען אינעם קאמפיין מיט הצלחה. מען האט באשטימט אז מאנטאג מטות מסעי וועלן זיך אנשי שלומינו צוזאם קומען אויף אן אסיפה ווי מען וועט אנווארימען דעם ציבור צו ווערן גבאי צדקה.
עס איז געווען א ריכטיגער היסטארישער מאמענט ווען עס איז פארגעקומען צום ערשטן מאל אין היסטארע וואס אלע אנשי שלומינו פון איבער גאנץ ארץ ישראל זענען זיך צוזאם געקומען אויף איין פלאץ, דער ראש ישיבה שליט"א האט געשיקט צוויי שלוחים צום מסיבה די צוויי פיש ברודער מו"ה אהרן הי"ו און מו"ה יעקב הי"ו וועלכע זאלן פערזענליך איבערגעבן פאר אנשי שלומינו ארץ ישראל די ווערטער פון ראש ישיבה שליט"א.
צום ערשט האט אויפגעטרעטן מו"ה אהרן פיש הי"ו וועלכע פירט שוין אן דעם "אנשי חיל" קאמפיין פאר אלע יארן צום גוטן, וועלכע האט מיט זיין לשון לימודים אנגעווארעמט דעם ציבור, צווישן אנדערע האט ער געזאגט אז ער האט שוין געהאט די זכי' איבערצוגעבן פאר'ן ראש ישיבה שליט"א דורך די קאמפיינס שווערע מיליאנען דאלארן במשך די יארן, וואס דער ראש ישיבה שליט"א נוצט דאס געלט במשך די יאר לפי ראות עיניו, צו קענען בויען און אנהאלטן די הייליגע מוסדות אין קהילה.
דערנאך האט מען געהערט עטליכע ווערטער פונעם מנהל המוסודת פון ארץ ישראל מו"ה יצחק פאפענהיים הי"ו וואס איז זיך מוסר נפש פאר די מוסדות אין ארץ ישראל, און פארט ארום כסדר זיך אומקוקן פערזענליך אין אלע שטעט, ער האט פארציילט ווי ער האלט מיט ווי דער ראש ישיבה שליט"א געבט זיך אוועק בלב ונפש פאר די הייליגע מוסדות, דער ראש ישיבה שליט"א האלט מיט און אינטערעסירט זיך אין יעדן קינד, און שיקט יעדן חודש ריזיגע געלטער צו קענען אויפהאלטן די חדרים, מיידל שולעס און ישיבה, און בזכות די מוסדות האט די קהילה אויך גאר א שטארקע חיזוק בסייעתא דשמיא.שיקט אזויפיל געלט
דערנאך האבן אלע אנשי שלומינו זיך אוועקגעזעצט אונטערשייבן שטרות, ווי מען האט אריינגעשריבן וויפיל געלט מ'נעמט זיך אונטער אריינברענגען ביים בעפארשטייענדן קאמפיין, וואס מו"ה אהרן הי"ו טראגט עס צום ראש ישיבה שליט"א אונטערצושרייבן, און וועט דערנאך צוריק געשיקט ווערן קיין ארץ ישראל.
דער ציבור הנאספים האט זיך זייער ווארעם אנגערופן, און עס איז אריינגעקומען הבטחות פון איבער א האלב מיליאן שקל, וואס די חברים אין ארץ ישראל האפן בסייעתא דשמיא איבער צו געבן פאר ראש ישיבה.
דערנאך האבן אנשי שלומינו געהאט די זכיה מיטצוהאלטן א לייוו הוקאפ שיעור פון ראש ישיבה שליט"א וואס ער האט געגעבן ספעציעל פאר די בני ארץ ישראל. דער ראש ישיבה שליט"א האט צוערשט געזאגט אז אמאל איז געווען שווער צו בעטן פון די ארץ ישראל'דיגע אידן זיי זאלן זיך צושטעלן און אריינברענגען געלט פאר די אמעריקאנער מוסדות, אבער היינט - האט דער ראש ישיבה שליט"א געזאגט - איז שוין דא מוסדות אין אלע עקן פון ארץ ישראל, און מען בעט אז מען זאל זיך אליינס שטיצן.
דערנאך איז דער ראש ישיבה שליט"א אריבער צו א הערליכע שיעור ווי דער ראש ישיבה שליט"א האט אלעמען מחזק געווען מען זאל זען צו נעמען און פאלגן די עצות פון הייליגן רבין, מעביר סדרה זיין, זען עס זאל זיין שלום און שטוב, און אזוי ווייטער. די פולע דרשה וועט בעז"ה זיין געדרוקט די וואך אינעם העליכן קונטרס "אשית עצות בנפשי" וואס ווערט ארויסגעגעבן דורך הרב יואל לעווי שליט"א פון בני ברק.
דער ראשי ישיבה שליט"א האט דערנאך געבעטן מען זאל אויסטיילן די מתנות וואס ער האט געשיקט פאר אלע וואס האבן זיך באטייליגט פאריאר מיט שיינע סכומים, א משניות אריינגעשריבן א שיינע בריוו פון ראש ישיבה שליט"א.
דער עולם איז זיך צוגאנגען מיט ווארימע הערצער און מיט א קבלה כאיש אחד בלב אחד ווייטער צו שטיין צו די האנט פון ראש ישיבה מיט אלעם וואס מעגליך.