גרשון קרעמער
 
עס איז אמת אז דער עיקר וואס דער ראש ישיבה וויל פון אונז, מיר זאלן לעבן מיט'ן אויבערשטן, רעדן צו אים, לערענען און דאווענען, און מקיים זיין אלעס וואס שטייט אין שלחן ערוך אן קיין חכמות.
 
אבער, בין אדם לחברו זאגט דער ראש ישיבה, איז גארנישט ווייניגער וויכטיג. דער ראש ישיבה זאגט כסדר אז אויף בין אדם למקום קען מען תשובה טון, דער אויבערשטער נעמט יעדעם אן, אבער אויב האט מען נישט קיין מידות, מען שטעכט און מען טשעפעט, העלפט נישט גארנישט, מען מוז איבערבעטן.
 
דערפאר פרעדיגט דער ראש ישיבה אריין אין זיינע תלמידים כסדר מידת החסד. אין שטעטל געפונען זיך פילע וואוילטעטיגע ארגאניזאציעס, זה בכה, וזה בכה, יעדער אינגערמאן קען זיך טרעפט זיין פלאץ וואו ער קען צולייגן א פלייצע און העלפן א צווייטן. אבער דער "בית התבשיל" איז זיכער דער צענטער דיאמאנט פונעם חסד קרוין פון שטעטל.
 
אבער אויפצוהאלטן דעם אפאראט קאסט אסאך געלט, דערפאר האט דער בית התבשיל אפגעהאלטן נעכטן אין די פאסיגע צייט זונטאג שופטים ר"ח אלול, (ותשובה ותפלה וצדקה מעבירין את רוע הגזירה) א פארברענג מסיבה אינעם גרויסן נייעם בנין פונעם בית התבשיל, מיט'ן ציל אויפצוטרייבן נדבות, און מכיר טוב זיין פאר אלע וואס זענען נושא בעול א גאנץ יאר.
 
דער מחנך הר"ר יחזקאל סאמעט שליט"א האט אויפגעטרעטן און גערעדט איבער די פילע פעולות פונעם בית התבשיל, און מודיע געווען אז מען גרייט זיך שוין אין די טעג צום תשרי חלוקה, וואס ווערט ערווארטעט אפצוקאסטן אן ערך פון 100 טויזענט דאלער, וואס איז בלויז א קליין חלק פון די יערליכע האלב מיליאן דאלער בודזשעט.
 
אויך האט ער אויסגערופן און געטיילט שיינע מתנות פאר די גרעסערע נדבנים וואס האבן צושטייער געגעבן שיינע סכומים און ספעציעל פאר די וואס האבן אנטייל גענומען מיט נדבות פון איבער פופצן טויזענט דאלער, ר' שבתי מזרחי, ר' אברהם טיקאלסקי, און ר' אשר לעווי וועלכע האבן באקומען א ספעציעלע פלעק, א געמאלן בילד פון הרה"ק ר' ישעי'לע קערעסטירער זי"ע מיט זיין קמיע אריינגעלייגט דערין.


אויך האט ער געמאלדן עטליכע גאנדיעזע פלענער וואס דער בית התבשיל וויל טון אין די נאנטע צוקונפט, אויף וואס דער ציבור האט יעצט די זעלטענע געלעגענהייט אפצוקויפן די זכותים פונעם פראיעקט. צוערשט פלאנט מען צו עפענען א קאך ווי מען וועט קענען באקומען ווארימע נאכטמאלס טעגליך, צווייטענס וויל מען ווינטערייזן דעם בנין, די דריטע זאך וויל מען צוענדיגן דעם פארקינג מען זאל עס קענען נוצן ווינטער, און איבער אלעם האט ער געזאגט איז נאך אוועליבל צו קויפן די נאמען פונעם גרויסן נייעם בנין פונעם בית התבשיל.
 
בשעת'ן מאכן די פלענער פאר'ן מסיבה איז די הנהלה אלעס איבערגעגאנגען פונעם מסיבה מיט'ן ראש ישיבה, און אזוי אויך האט מען גענומען דעם הכשר פונעם דיין פאר אלע מאכלים, און מען האט אויפגענומען אלץ משגיח אויפן פלאץ מו"ה ישראל פוקס הי"ו וואס איז אלעס איבערגאנגען און זיכער געמאכט אז אלעס איז בתכלית הכשרות.
 
דער מנהל בית התבשיל מו"ה שלמה יאקאבאוויטש געבט איבער, האט זיך דער ציבור זייער ווארים אנגערופן, אבער געבט איבער אז אויך די וואס זענען נישט אנגעקומען זיך צו באטייליגן פערזענליך קענען אים נאך רופן אויף 845-637-5367, און זיך איינקויפן גרויסע זכותים פאר'ן יום הדין, מיט'ן שטיצן דעם בית התבשיל וואס מאכט זיכער בעז"ה אז קיינער זאל חלילה נישט בלייבן הונגעריג.
 
"וַחֲטָאָךְ בְּצִדְקָה פְרֻק" (דניאל ד, כד)