הערליכע מסיבה פאר'ן בית התבשיל פארגעקומען
כג תמוז תשפ"ד 📝
אין שטעטל זענען אלע פארנומען מיט טון חסד איינער מיט'ן צווייטן, דער ראש ישיבה איז כסדר מעורר אז דער רבי האט געזאגט אז ברסלב איז אותיות "לב בשר", א איד דארף האבן א הארץ פאר א צווייטן.
נעכטן איז פארגעקומען א גרויסער הערליכער אווענט פאר די חשובע בארימטע "בית התבשיל" ארגאניזאציע, וואס איז באקאנט מיט אירע פילע חסד פראיעקטן וואס זי פירט, זיי טיילן שבת פעקלעך פאר נויטבאדערפטיגע, פאר יום טוב און אויך אינמיטן יאר קומען פאר גרויסע חלוקות, בפרט פאר פסח, אויך טיילט מען געלט פאר שבת און יום טוב אז אידן זאלן קענען איינקויפן צו עסן, דאס איז אויסער די פילע אנדערע באקאנטע און באהאלטענע חסד אקטיוויטעטן.
פילע אנשי שלומינו זענען געקומען צו פארן פון די נאנט אין ווייט, עס איז געווען צוגעגרייט א געשמאקע סעודה מכל טוב, און אנשי שלומינו האבן זיך זייער ווארים אנגערופן פאר דעם וויכטיגן צוועק, דער בית התבשיל האט צוגעשטעלט שיינע מתנות און גורלות פאר אלע וואס האבן זיך שיין משתתף געווען, צווישן זיי האט מען באקומען א שיינע האלטער מיט וויין פונעם כוס של אליהו הנביא פונעם סדר פונעם ראש ישיבה שליט"א. די מסיבה איז ב"ה געקרוינט געווארן מיט גרויס סוקסעס. דער אויבערשטער וועט זיכער באצאלן פאר אלע משתתפים מיט אלעם גוטן.