הערליכע מסיבת הכרת הטוב און סעודת ראש חודש אדר דורכ'ן רענט קאמפיין

ה אדר תשפ"ה 📝
פארגאנגענעם דאנערשטאג נאכט ליל שישי תרומה, האט קרית יואל געהאט די זכיה צו זיין די אכסניה של תורה, דער ראש ישיבה שליט"א איז געקומען זאגן דעם ליל שישי שיעור אין שטאט אין צוזאמענהאנג מיט די יערליכע "הכרת הטוב מסיבה" וואס דער רענט קאמפיין שטעלט צו.
אין די ערשטע יארן פלעגט די מסיבה פארקומען אנפאנג חודש אדר אין וויליאמסבורג אויף א מוצאי שבת, אבער נאכדעם וואס פילע אנשי שלומינו האבן זיך געצויגן צום שטעטל אין קרית ברסלב אין אפסטעיט, האבן זיי פאריאר באשלאסן עס צו אפרעכטן אין די קרית יואל געגנט וואס איז נישט צו ווייט פון רוב אנשי שלומינו, אזוי אויך האבן זיי עס גערוקט אויף דאנערשטאג נאכט, צוליב וואס אסאך האבן זיך אויסגעדרוקט אז די מוצאי שבתים ווערן שוין אין די טעג קלענער, און עס ווערט צו שפעט.
די זאלן האבן זיך שנעל אנגעפילט אין פריע אווענט שעות פונעם פארגאנגענעם דאנערשטאג נאכט, פון די פילע אנשי שלומינו פון גרעיטער ניו יארק, מען האט זיך געוואשן צו א סעודת ראש חודש, דער ראש ישיבה שליט"א מיט'ן מנהל זענען געקומען באשיינען מיט'ן שטריימל, לרגל דעם וואך נאכט ביי הר"ר שמעון רוטה שליט"א דער זון פונעם ראש ישיבה שליט"א און איידעם ביים מנהל הר"ר אברהם משה שטראססער שליט"א. אנשי שלומינו האבן אויסגענוצט די געלעגענהייט לברך ולהתברך ביי די בעלי שמחה שליט"א.
ביים אריינגאנג צום זאל האט אפגעווארט שיינע מתנות פאר אלע משתתפים, די פרישע גליונות און קאר קמיעות, אזוי אויך איז געווען א שיינע אויסשטעל פון פארשידענע שענערע מתנות, לעדערנע הגדה של פסח פון מוהרא"ש, מצה באקסעס, זילבערנע כוס של אליהו'ס מיט א נאמען אויף יעדעס איינע פאר די פילע נדבנים, געוואנדן אין די סכום מיט וויפיל זיי האבן זיך משתתף געווען במשך דעם יאר צו העלפן צאלן די רענט פאר די בנינים פון היכל הקודש, און מיט דעם נעמען זיי אראפ דעם עול פונעם ראש ישיבה שליט"א וואס קען לכבוד דעם בעסער אויסנוצן זיין צייט זיך אפצוגעבן מיט די קהלה, רעדן מיט אינגעלייט וואס דארפן הדרכה אין חינוך, שלום בית, וכדומה, זיך אפגעבן מיט די מוסדות החסד והחינוך, בויען דעם שטעטל, בתי מדרשים, כולל און אזוי ווייטער. די אלע וואס נעמען א חלק אין צאלן רענט, האבן די זכיה צו האבן א שותפות מיט'ן ראש ישיבה שליט"א אין די אלע פעולות לטובה, וואס האט אלעס איין ציל צו מקרב זיין אידישע קינדער לאביהם שבשמים, אויסצוזאגן דעם סוד פאר אידישע קינדער אז דער אויבערשטער האט זיי יא ליב, און זיי האבן יא די מעגליכקייט צוריק צו קומען צו זייער טאטן וואס שטייט און ווארט אויף זיי מיט אן אויסגעשטרעקטע ארעם.
דער יושב ראש איז געווען דער פה מפיק מרגליות, דער מלמד מומחה מו"ה בערל שניטצלער הי"ו וועלכער האט אנגעפירט מיט'ן פראגראם כזקן ורגיל בטוב טעם ודעת. צווישן אנדערע האט ער זיך געווערטלט אז יעצט איז ראש חודש אדר, און אדר איז ראשי תיבות ר'אש ישיבה, ד'יין א'ון מעכי. דער ציבור האט שטארק הנאה געהאט פון זיינע טרעפליכע ווערטער.
דער דיין שליט"א האט דערנאך אויפגעטרעטן מיט א גאר אינהאלטספולע דרשה און געענטפערט שאלות וואס מען האט אריינגעשיקט במשך די לעצטע וואכן אין די נושא פון "מעשר כספים", צי מעשר איז א חיוב אדער א מנהג, וויפיל מען דארף געבן, פון וואס מען דארף געבן, און פארשידענע סיטואציעס ווען מען באקומט געלט פון פארשידענע מקורות ווען מ'דארף געבן מעשר דערפון. דער דיין האט שטארק ארויסגעברענגט אז מעשר איז אן אויסנאם פון אנדערע מעשים טובים, מיט דעם אז מען קען דערמיט "אויספרובירן" דעם אויבערשטן, און זען ישועות ה' בזכות צדקה און מעשר ווי דער פסוק זאגט (מלאכי ג' י') "הביאו את כל המעשר אל בית האוצר ויהי טרף בביתי ובחנוני נא בזאת אמר יהוה צבאות אם לא אפתח לכם את ארבות השמים והריקתי לכם ברכה עד בלי די".
דערנאך האט דער באקאנטער משמח אלקים ואנשים מו"ה מיכל ראזענפעלד הי"ו אויפגעטרעטן מיט אן אדר'דיגע רעדע, געפלאכטן מיט "ערנסטע הומאר", ער האט אראפ געלייגט וויאזוי עס האט אויסגעזען ווען ער אויס ארויפגעגאנגען צום עולם האמת אין א חלום, וויאזוי ער האט אנגעקוקט דער וועלט, און ארויסגעברענגט אז מיר דארפן זיין וואכזאם וואס עס ליגט באמת אויף אונזער הארץ, און וואס איז טאקע וויכטיג. ער האט אויסגעפירט מיט א וויכטיגע מעסעדזש אז מו"ה אשר בער הי"ו און מו"ה שבתי הי"ו וועלכע געבן זיך אוועק פארן רענט קאמפיין זענען סוקסעספולע ביזנעסלייט וואס קענען מאכן ערנסטע ביזנעס אין די צייט, אבער געבן זיך אוועק נאר צו העלפן דעם ראש ישיבה שליט"א, מיט זיין ציל צו פארשפרייטן דעם אויבערשטענ'ס נאמען אויף דער וועלט.
דערנאך האט דער ראש ישיבה שליט"א אויפגעטרעטן מיט'ן וועכענטליכן ליל שישי שיעור, דער ראש ישיבה שליט"א איז אריין אינעם נושא פון די טעלעפאנען מיט וואס די גאס רייצט אונז אויף, דער ראש ישיבה האט געזאגט אז מילא ביזנעס, האסט אין אפיס א קאמפיוטער, אימעיל, קאנטאקטן, דו שפירסט אז דו דארפסט עס פאר ביזנעס. אבער ווען עס קומט פינף אזייגער, פארוואס ברענגסטו אהיים דיין אזוי גערופענע ביזנעס? "אדרבה" האט דער ראש ישיבה געפרעגט פארווייטאגט "נעם ארויס דיין טעלעפאן, און קוק נאך וויפיל שעה דו האסט פאר'תכלעוועט דערויף", דער ראש ישיבה שליט"א האט שטארק אויפגעפאדערט אנשי שלומינו מען זאל אינוועסטן אין די ריכטיגע ביזנעס, די אייגענע משפחה, די ווייב און קינדער, וואס נאר דאס ברענגט לאנג טערמיניגע רווחים.