הערליכע מעמד חנוכת הבית און קביעת מזוזה אין בית המדרש היכל הקודש לאנדאן
כו אדר תשפ"ג 📝
לאנדאן - היינט זונטאג האבן אנשי שלומינו בייגעוואוינט א זעלטן שיינעם מעמד אינעם בית המדרש ווען מען האט מחנך געווען דעם פארגרעסערטן בית המדרש און מען האט קובע געווען די מזוזה ביים הויפט טויער פון בית המדרש. די גבאים וואס געבן זיך אפ מיט גרויס געטריישאפט פארן וואוילזיין פונעם בית המדרש האבן געלאדענט דעם גרויסן תלמוד חכם הרה"ג ר' מאיר מארקאוויטש שליט"א, דומ"ץ סאטמאר לאנדאן ער זאל מפאר זיין ביים מעמד און ארויפלייגן די מזוזה.
דער קביעת המזוזה האט נאגעפאלגט מיט א לחיים, ווי אנשי שלומינו האבן געהאט די געלגענהייט צו הערן עטליכע טייערע דיבורים פונעם דיין הרב מארקאוויטש שליט"א.
דער דיין האט דערמאנט די גרויסקייט פון די מזוזה וואס דער רמב"ם שרייבט אז דאס קומט צו דערמאנען א איד יעדעס מאל וואס מ'גייט דורך די טיר אז עס איז דא א באשפער אויף דער וועלט, וואס דאס איז דער יסוד פון א איד.
דערנאך האט ער געזאגט אויף די סדרה "אדם כי יקריב מכם קרבן לה'," אז א מענטש דארף זען זיך מקרב צו זיין צום אייבערשטן נאנט ווערן צום רבונו של עולם, און ארויסגעברענגט ווי א מענטש דארף זיין נאנט צום אייבערשטן אין יעדע מצב און איבעראל.
דערנאך האט ער גערעדט איבער דעם אז אויב מען וועט אנהאלטן די אחדות וועט מען וואקסן און שטייגן בסעייתא דשמיא.
אויך האט ער ארומגערעדט איבערדעם ווי מען זעט אז וואס א יאר שפעטער זעט מען מער און מער איין אז מען מוז צוקומען צו די חיזוק און עצות פון הייליגן רבין, אויך האט ער גערעדט איבער די וויכטיגקייט פון דעם אז מען שטייט ביי א גרינדונג פון א בית המדרש דארף מען זיך פארנעמען מיט א שטארקייט אז מען רעדט נישט ביים דאווענען וואס דורכדעם איז מען זוכה צו אלע גוטע ברכות, און די תפילות ווערן אנגענומען ביים אייבערשטן.
ער האט פארציילט אז פאריאר ווינטער האט ער געהאט איינמאל א געפערליכער עגמת נפש, אין אן ערב שבת ער איז אריין אין בית המדרש שבת מיט א שווערע געמיט, ער האט פרובירט זיך צו שטארקן - ווי נישט ווי עס איז שבת, ביים דאווענען זעט ער אז אויפן טיש נישט ווייט פון אים ליגט עפעס א צעטל, נאכן דאווענען האט ער געזען אז עס איז געווען א גליון וואס האט אראפגעברענגט א שטיקל פון הייליגן רבין וואס האט אים מחזק געווען אויף דער ענין ממש וואס ער איז דעמאלטס דורכגעגאנגען, און הער האט געזען אז ממש מן השמים האט מען אים צוגעשיקט דעם שטיקל פון הייליגן רבין ער זאל זיך קענען שטארקן אין זיין מצב.
אויך האט מען געהערט שיינע ווערטער פון הרב חיים יוסף ארגעל שליט"א וועכלער איז אן אייניקל פון הייליגן רבין, וואס האט גערעדט איבער די גרויסקייט פון הייליגן רבין, און די געוואלדיגע קרבת אלקים וואס א מענטש באקומט ווען מען לערט און מען פאלגט דעם הייליגן רבין.
די פילע אנשי שלומינו פון לאנדאן וואס האבן זיך באטייליגן ביי דעם שיינער מעמד, זענען ארויס געשטארקט און געמוטיגט פון די שיינע ווערטער. דערנאך האבן זיך די גבאים באדאנקט פאר אלע וואס האבן געהאט א חלק אינעם בויען פון בית המדרש, און פאר די וואס האבן צוגעהאלפן צום שיינעם מעמד.
דער בית המדרש היכל הקודש אין לאנדאן איז און וועט מיטן אייבערשטנ'ס הילף ווייטער זיין א לייכט טורעם פאר די ערליכע לאנדאנער אידנטום, וואס ווער אימער עס דארף נאר א דאזע חיזוק וועט וויסן אז עס איז דא אן אדערס, עס איז דא א שול ווי מען קען הערן גוטע ווערטער וואס מאכן גרינגער אויפן הארץ, א פלאץ ווי מען קען טרעפן עצות און חיזוק וויאזוי צו דינען דעם אייבערשטן אין יעדן מצב.
ועשו לי מקדש ושכנתי בתוכם!