אין די לעצטע האלבע יאר זינט דער ברסלב סענטער וועבסייט האט געעפענט דער אנליין סטאר, האבן שוין פילע הונדערטער אידן פון איבער די גאנצע וועלט נהנה געווען פון דעם געוואלדיגן סערוויס, וואו מען קען אריינשפאצירן אינעם הערליכן סטאר פיר און צוואנציג שעה א טאג און זיך ארומקוקן אויף די פילע פּאליצעס און זיך אנזעטיגן פונעם רייכן אויסוואל און שיינער סדר פון ספרים, סידיס, קונטרסים, קארטלעך, דרשות, בילדער און נאך פילע פראדוקטן אויף אידיש, ענגליש, לשון הקודש און נאך, פילע ספרים פון הייליגן רבין, פון רבי נתן, פון מוהרא"ש, און פון ראש ישיבה, אויף אלע ענינים פאר מענער, פרויען, קינדער, ימים טובים, מידות טובות, תפילות, סגולות, שלום בית, שמירת עינים, און נאך אסאך, וואס די אלע צופרידענע קאסטומערס האבן אריינגעלייגט אין זייער "וועגעלע" און איינגעקויפט פאר שפאט ביליגע פרייזן, און עס באקומען צוגעשיקט צום טיר אין בלויז עטליכע קורצע טעג.
דער שטאב פונעם ברסלב סענטער סטאר איז אבער נישט געשלאפן אין די לעצטע האלבע יאר, מען איז געזיצן מיט געלונגענע וועב דעוועלאפערס און פאראכטן, איבערגעמאכט, צוגעלייגט,  פארבעסערט און פארשענערט איבעראל ווי עס האט נאר אויסגעפעלט.
ברוך השם, דער נייער הערליכער איבערגעמאכטער געשעפט איז שוין פארטיג געווארן צו יעדנ'ס צופרידנהייט, און די טירן פונעם נייעם סטאר איז שוין ב"ה ברייט אפן, און איז ברוך השם פארנומען מיט ערפילן און שיקן די פילע ארדערס פון די קאסטומערס איבער די גאנצע וועלט.
🛒 דיספלעי
דער נייער סטאר האט פארשידענע נייע סערוויסעס וואס איז שטארק נוצבאר פאר אלעמען. צוערשט איז דער גאנצער אויסשטעל הערליך איבערגעמאכט געווארן, דער דיספלעי פון די אייטעמס זענען אסאך שענער און מער מסודר.
🛒 סוירטש
עס איז פארבעסערט געווארן אויבן דער וויכטיגער "זוך" (סוירטש) קנעפל
🛒 וואלוטע
דערנעבן איז צוגעלייגט געווארן פאר די אינטערנאציאנאלע קאסטומערס א "וואלוטע" (קאָרענסי) קנעפּל, מיט וואס איינקויפער פון ענגלאנד, קאנאדע, און ארץ ישראל וועלן אויסוועלן זייער לאקאלע וואלוטע, און אזוי ארום וויסן וויפיל זיי צאלן פאר יעדע זאך אין זייערע געלטער.
🛒 לאָגין
דערנעבן איז ארויפגעקומען די איבערגעמאכטע "לאגין" קנעפל, ווי מען וועט קענען זען אלע פריערדיגע ארדערס, און אפדעיטן אדרעסן.
🛒 קאַרט
דערנעבן איז דא דער נייער פארבעסערטער "וועגעלע" (קאַרט) קנעפל, ווי אלעס אינעם וועגעלע גייט אריין הערליך, קלאר און מסודר, ווי מ'קען צולייגן, אראפנעמען און אפילו אויסוועלן די שיפּינג אפּציעס. אזוי אויך ווייזט עס אויפן פלאץ וויפיל נאך מען קען קויפן אנצוקומען צו 35 דאלער און באקומען "אומזיסטע דעליווערי".
🛒 אייטעם וויו
דער גאצער "אריינלייגן אין וואגן" (עד טו קאַרט) קנעפל גוט און פראקטיש איבערגעמאכט געווארן, ווי מ'קען ביי יעדע אייטעם מיט א דרוק זען א "שנעלע בליק" (קוויק וויו) אויפן אייטעם, און מיט א קליק אויפן "עד טו קארט" ליגט עס שוין אינעם וואגן.
🛒 פילטערס
צוליב די פילע נייע אייטעמס אינעם סטאר וואס איז נאר געווארן מער און מער האבן די פילע קאסטומערס געבעטן אז מען דארף וויכטיג האבן "פילטערס". אזוי האט מען טאקע געטון, ביי יעדע "אייל" (פעידזש) אין געשעפט אויף די לינקע זייט, געפינט זיך א גאנצע ליסטע פון גרייטע "פילטערס" פון וואס מען קען אויסוועלן, און אלעס איז געוואנדן אין די אייטעמס פון יענעם אפטיילונג. צום ביישפיל אז מען געפינט זיך אינעם געגענט פון קונטרסים>אידיש וועט מען זען פילטערס ווי אומאן, אמונה, בטחון, בחורים, חיזוק, חינוך, חנוכה, פורים, פסח, ראש השנה, שמחת תורה, נוסח התפלה, פרנסה, רפואה, שבת, שובבי"ם, שידוכים, שלום בית, שיעורים כסדרן, תשובה, און נאך, און מיט א קליק אויפן מייזל קומט ארויף דער אויסוואל פון דעם ספעציפישן נושא.
🛒 טשעט
עקסטער איז צוגעלייגט געווארן א "שמועס" (טשעט) קנעפל, ווי מען קען אנפרעגן דעם שטאב סיי וואספארא שאלה און בעטן אויב מען דארף סיי וועלכע הילף אינעם געשעפט.
*
דער אייבערשטער זאל העלפן מען זאל קענען ווייטער אויספירן דעם תפקיד וואס דער וועבסייט האט גענומען אויף זיך, צו פארשפרייטן און ערמעגליכן אלע אידן פון די גאנצע וועלט וואס געפינען זיך אָנליין, זאלן האבן פון וואו צו שעפן ריינע וואסער פונעם שפרודלדיגן קוואל פון הייליגן רבין, און קענען טרעפן דעם וועג צום אייבערשטן און באקומען עצות און חיזוק אויף די וועג וואס די צדיקי אמת האבן אונז איבערגעגעבן.
כמים קרים על נפש עייפה

🛒 קומט אריין אינעם נייעם געשעפט, און באקענט זיך מיט אלע נייע איינריכטונגען
🛒 צענדליגע נייע אייטעמס אין די לעצטע עטליכע וואכן
🛒 שובבי"ם קאלעקשאן