הערליכע נייע חינוך קונטרס פון ראש ישיבה שליט"א
יט אדר א' תשפ"ד 📝
ווי שוין באריכטעט געבן אנשי שלומינו אין ארץ ישראל ארויס יעדע וואך די אויפגעכאפטע גליונות "שיעורי חינוך", וואס ווערט צושפרייט אין גאנצע אידיש וועלט. יעצט איז מען ארויף "נעקסט לעוול", ווען מען האט באשלאסן אז מען וועט מאכן דערפון קונטרסים מען זאל קענען לערנען א גאנצע שיעור פון ראש ישיבה אויף איינמאל.
פון יעדע עטליכע וואכן פון די גליונות ווערט געענדיגט א גאנצע שיעור, וואס פון דעם וועט מען עס בעז"ה איבערארבעטן פאר א קונטרס, מיט וואס די אידישע וועלט וועט זיך מחי' זיין דערמיט.
יעצט איז ב"ה ארויס די ערשטע קונטרס, דער ראש ישיבה שליט"א האט עס איבערגעקוקט און שטארק מפליג געווען. מיטן אויבערשטענ'ס הילף וועט מען מאכן א קונטרס פון אלע אנדערע שיעורים אין חינוך, א נושא וואס יעדער מחנך זוכט מיט לעכט. אין די היינטיגע שווערע וועלט ווייסט מען נישט ווי זיך אהין צו טון, וויאזוי געט מען זיך אן עצה.
דער ראש ישיבה שליט"א האט לעצטענס פארציילט אז ער האט געהערט פון עטליכע היימישע קאר סערוויס דרייווערס אז רוב פון זייערע טריפס וואס זיי מאכן, כמעט נייציג פראצענט, איז צו טראגן קינדער פון חדר און סקול צום טעראפיסט, און צוריק צום חדר און סקול.
דער קונטרס און די קומענדיגע וועלן געבן פאר די מלמדים און טיטשערס די וועג פראקטיש און תורה'דיג וויאזוי מען געבט אריין אין קינדער סעלף קאנפידענץ, וויאזוי מען לערנט זיי אויס נישט צו בוליען און זיך נישט לאזן בוליען, וויאזוי זיי אנצוגרייטן קעגן אלע סארטן אביוזערס וואס מאכט זיך ליידער, וויאזוי זיי זאלן ליב האבן אידישקייט און תורה ומצוות. די מחנכים וועלן אנהייבן שפירן א טעם אין זייער ארבעט, זיי וועלן זיך אויסלערנען ווען יא צו זאגן און ווען נישט, אזוי אויך וויפיל און וויאזוי צו זאגן, וויאזוי צו רעדן צו קינדער פון אמונה, פון קדושה, און אזוי ווייטער.
ווער עס וויל האבן א חלק און נעמען די הוצאות פון א קונטרס אדער א חלק קען זיך ווענדן צום גבאי פון קרן הדפסה מו"ה לייבי ראטה הי"ו 347-578-4449. דער ערשטער קונטרס מיטן נאמען "יסודות אין חינוך" וועט בקרוב זיין צו באקומען ביי די מפיצים, אדער אויפן ברסלב סענטער שאפ וועבסייט.