הערליכע נייע לעמינעטעד "תיקון הכללי" ווערט ארויסגעגעבן

כז אדר תשפ"ה 📝
אין די טעג גייט צום דרוק דורכ'ן "קרן הדפסה" א גאר פראקטישע קליינע "טרעוול סייז" תיקון הכללי, מיט גרויסע שיינע אותיות, נאכדעם וואס עס איז שוין לאנג דא א שטארקע פארלאנג דערפאר ביים היימישן עולם.
מוהרא"ש שרייבט אין פעולת הצדיק (סימן תתצ"ז בהגהה) "נִמְצָא שֶׁעֲשָׂרָה קַאפִּיטְל תְּהִילִים" - טז, לב, מא, מב, נט, עז, קה, קלז, קנ - די צען קאפיטלעך, "שֶׁגִּלָּה רַבֵּינוּ זַ"ל", וואס דער רבי האט אונז אנטפלעקט, די תיקון הכללי, "הוּא תִּיקוּן לְכָל הַחֲטָאִים שֶׁבָּעוֹלָם בִּכְלָלִיּוּת", איז א תיקון פאר אלע עבירות פון די וועלט, "וּבִפְּרָטִיּוּת לְכָל מִינֵי פְּגָמֵי הַבְּרִית", און ספעציעל פאר פגם הברית רחמנא לצלן, "וּבִפְּרָטֵי פְּרָטִיּוּת לְמִקְרֶה לַיְלָה רַחֲמָנָא לִצְּלָן".
מוהרא"ש זכרונו לברכה זאגט (שם): "וְעַל כֵּן מִי הֶחָפֵץ בַּחַיִּים", ווער עס זוכט לעבן, "מִי הָרוֹצֶה לָשׁוּב בִּתְשׁוּבָה מֵעֲוֹנוֹתָיו וַחֲטָאָיו שֶׁנָּפַל בָּהֶם רַחֲמָנָא לִצְּלָן", ווער עס וויל תשובה טון אויף זיינע זינד וואו ער איז אריין געפאלן, "כָּל אֶחָד וְאֶחָד כְּפִי יְרִידוֹתָיו", יעדער איינער לויט ווי ער איז אראפגעפאלן, "יְרַחֵם עַל נִשְׁמָתוֹ", זאל רחמנות האבן אויף זיין נשמה, "וְיֹאמַר בְּכָל יוֹם אֶת הָעֲשָׂרָה מִּזְמוֹרֵי תְּהִלִּים", און זאגן יעדן טאג די צען קאפיטלעך תהלים, "שֶּׁהֵם תִּיקוּן חָדָשׁ לְגַמְרֵי", וואס דאס איז א נייער תיקון.
דער רבי זאגט אז נאכן זאגן די צען קאפיטלעך תהילים פון "תיקון הכללי" דארף מען מער נישט איבער טראכטן וואס מען האט געטון, דער עיקר תיקון הברית - האט דער רבי געזאגט - איז "נישט איבערטראכטן"; איינמאל מען האט געזאגט דעם תיקון הכללי זאל מען מער נישט איבער טראכטן וואס איז געווען, נאר אנהייבן מיט א נייע התחלה דינען דעם אייבערשטן, לערנען און דאווענען און טון מצוות.
מוהרא"ש זי"ע האט איינגעפירט אז אנשי שלומינו זאלן זאגן די צען קאפיטלעך תהלים יעדן טאג נאכ'ן דאווענען, נאך איידער מען טוט אויס די תפילין. און אנשי שלומינו זענען דאס מקיים, און האט מען באשלאסן צו דרוקן דעם תיקון הכלל אויף דעם פראקטישן פארמאט.
אזוי אויך זאגן די מפיצים איז דא א גרויסע פארלאנג פון אידן איבער די וועלט וואס ווילן מקיים זיין בפשיטות וואס דער רבי האט געבעטן, און זוכה זיין צום גרויסן תיקון.