אין די יעצטיגע טעג איז ארויס געקומען א פרישע מוזיק ווידיא פונעם הארציגן ניגון "טאטע" וואס ברענגט ארויס די ווערטער צום לעבן. דער מוזיק ווידיא איז הארציג געזונגען דורכן ראש ישיבה שליט"א, און איז גאר פראפעסיאנאל אפגעכאפט און אפגעשפילט געווארן.
 
אויפן ווידיא שפילט מען אויף ווי אזוי עס זעט אויס ביי אידישע קינדער ווען דער סמ"ך מ"ם פרובירט זיי צו אראפ ווארפן און אראפ קלאפן, און ווען זיי ווער געוואר פון די הייליגע עצה פון הייליגן רבי'ן וואס זאגט זיי אז עס איז דא א וועג אנצוהייבן פון פריש, דער אויבערשטער איז פרייליך מיט דיינע פשוטע ווערטער וואס דו רעדסט צו אים, און מיט דיינע פרקים משניות וואס דו זאגסט פלעין, טוישט זיך זייער לעבן, און דאס ראטעוועט זיי ארויס ברוחניות ובגשמיות פונעם סמ"ך מ"ם'ס לאפעס.
 
די הארץ רייסענדע ווערטער פונעם ניגון ווי א איד טענה'ט זיך אויס מיט'ן אויבערשטן איז ווי פאלגענד:
 
טאטע! איך וויל זיין אן ערליכער איד, דער יצר הרע ברענט און בריעט,
ער לאזט מיר נישט אפ, ער ווארפט מיר כסדר אראפ.
 
טאטע! וויפיל איך פרוביר, עס געט זיך גארנישט קיין ריר,
כ'ווער נאר אלץ ווייטער און ווייטער פון דיר! 
 
טאטע! איך בין אזוי צובראכן, אזוי ווייט בין איך פארקראכן,
מיין נשמה צושניטן און צוריסן, אין די זייט, אזוי ווייט, אזא לאנגע צייט!
 
אוי טאטע! איך פאלג נאר דעם יצר דעם שלעכטן, אוי ווער - קען מיין נשמה פאררעכטן?
יעדן טאג, איך ווער נאר ערגער פון נעכטן.



טאטע! איך גיי טון וואס דער רבי זאגט, רעדן צו דיר יעדן טאג,
דאס איז די איינציגסטע עצה וואס איך פארמאג.
טאטע! די עצה פון רעדן צו דיר, דערציילן יעדע ריר,
קיין אנדערע עצה איז נישטא פאר מיר.
 
טאטע! דער רבי טוט אונז דערמאנען, קיין יאוש איז גארנישט פארהאנען,
מ'דארף זיך מיט'ן אויבערשטן אויסטענה'ן, נישט אפלאזן, נישט אויפגעבן, א גאנצע לעבן.
 
אוי טאטע! איך לאז אפ די וועג דעם שלעכטן, איך גיי מיינע מעשים פאררעכטן,
איך וועל היינט זיין בעסער פון נעכטן.
 
עס קומט זיך א געוואלדיגע קרעדיט פאר די מאנשאפט פון KB GROUP וואס האט געספאנערט די הוצאות פונעם ליד, אזוי אויך דארף מען שטארק מכיר טובה זיין פאר די פילע עדיטארס און פראדוסערס, ר' אליעזר דייטש, Power on Studios, ר' לייבי לענאראוויטש, און ר' ישראל העסקעל און אלע אקטיארן, וואס האבן אריינגעלייגט זייער הארץ און נשמה אז דער מעסעדזש וואס דער מוזיק ווידיא דארף ארויסברענגען זאל ארויסקומען קלאר און שארף.
 
דער אויבערשטער זאל העלפן מיר זאלן קענען מקיים זיין די לעכטיגע עצות פון הייליגן רבי'ן וועלן מיר זוכה זיין צו ווערן אמת'ע ערליכע אידן.
 
דער נייער מוזיק ווידיא "טאטע"