א נייע הערליכע מוזיק ווידיא פונעם ניגון "זאל זיין אזוי, אלעס איז דער אויבערשטער" פונעם ראש ישיבה שליט"א איז נארוואס ארויסגעקומען וואס ברענגט ארויס אז אלעס וואס פאסירט מיט א מענטש, סיי געשמאקע און סיי חלילה שווערע קומען נאר פונעם אויבערשטן, און אויב גייט עפעס אנדערש ווי איך וויל, נעם איך עס אן באהבה, ווייל איך ווייס אז אזוי וויל דער אויבערשטער.
 
אויפן מוזיק ווידיא שפילט מען אויף סצענעס וואס מאכן זיך טאג טעגליך, צום ביישפיל איינער מאכט א קאווע און קלאפט זיך אריין און עס גיסט זיך אויס; מען קומט ארויס פון שטוב אינדערפרי צו א פרישע טאג, און בומס א טיקעט ליגט אויפן קאר פענסטער; מען לייגט ארויף זאכן אויף א הויכע שעלף ענדליך אלעס איז שוין דארט און טראך, אלעס פאלט אראפ, מען פרובירט אריינצודרייען א נאגל איינמאל און נאכאמאל אבער אלעס גייט מיט'ן פיטום אראפ, דער נאגל גייט נישט אריין עס פאלט אראפ; מען פארן אין קאר אויף א געשמאקע פארברענג, און פלוצליג שפירט מען ווי די לופט פונעם רעדל איז ארויסגעגאנגען, מען טרעפט זיך מיט א פלאכע רעדל; מען פרובירט אריינצולייגן די שפיץ פונעם פאדעם אין נאדל לאך אבער עס גייט איבעראל אויסער ווי מען וויל; מען שלעפט ארויף א שווערע באקס, פלוצלינג שטאלפערט מען זיך אן אין עפעס און דאס גאנצע אינהאלט קוילערט זיך אראפ אלע טרעפ; מען מאכט אן אייער שפייז אינדערפרי נאכן דאווענען, אבער פלוצלינג איין איי צוקראכט זיך אויף די פלאר. דער ניגון ברענגט ארויס ווי מען דארף זיך שטארקן און געדענקען אז דער אויבערשטער פירט די וועלט און מען זאל זיך נישט נעמען צום הארצן.
 
היינטיגע צייטן וואס דער סמ"ך מ"ם דרייט איבער א וועלט און פרובירט אריינצוקומען צו אידישע הערצער פון יעדע מעגליכע שפאלט אדער לעכל, מוזן מיר טון די זעלבע זאך, און דערמאנען אידישע קינדער אויף יעדן וועג מעגליך אז עס איז דא א באשעפער אויף דער וועלט, און מען קען זיך ווענדן צו אים, און נאר צו אים קען מען און דארף מען האפן. איינע פון די גאר אפעקטיווע וועגן זענען די מוזיק ווידיאס וואס ברענגען אריין אמונה אין אידישע קינדער אויף א געשמאקע און ציענדע וועג.
 
די ווידיאס זענען פראפעסינאל רעקארדירט געווארן דורך מו"ה שרולי סאמעט הי"ו, און איז געספאנסערט געווארן דורך מו"ה יואל הכהן ראזענבערג הי"ו פון יואלי'ס קולינג. מען קען באשטעלן עירקאנדישן אדער היטינג דורך רופן 845-470-8888.
 
אויך איז לעצטענס ארויסגעקומען א פרישע מוזיק ווידיא פונעם ניגון "דער אויבערשטער איז איבעראל" וואס איז פאכמאיש אראפגעשפילט אין א געשמאקע וועלדל ביי פארברענג מיט פילע בחורים און קינדער וואס שפילן גאר שיין אויף די ניגון מיט זינגען און טאנצן, בשעת מען זיצט און טאנצט נעבן געדעקטע טישן מיט שיינע לעמפ און א קעמפ פייער, בשעת די זון גייט צוביסליך אונטער.
 
די מוזיק ווידיאס זענען אפגעכאפט געווארן פארגאנגעם זומער העעל"ט, און זענען הערליך און פראפעסיאנאל אויסגעארבעט געשמאק און אינטערעסאנט. שמעו ותחי נפשכם.
 
🎦 דער אויבערשטער איז איבעראל
 
🎦 זאל זיין אזוי