הערליכע נייע סיין באצירט ביהמ"ד היכל הקודש אין קרית יואל
יז סיון תשפ"ג 📝
אין קרית יואל גייט שוין אן דער בית המדרש היכל הקודש אויף 8 העיס קט. פאר לאנגע יארן. דאס איז דער ערשטער ביהמ"ד היכל הקודש אינדרויסן פון בארא פארק און יבנאל וואס האט געטראגן מיט שטאלץ די ברסלבע קרוין, וואס האט שוין מקרב געווען הונדערטער אידן צום אייבערשטן דורכאויס די יארן.
דער ביהמ"ד איז געגרינדעט געווארן אין א דירה וואס הרה"ח ר' אברהם חיים פארקאש שליט"א האט מנדב געווען כדי אנשי שלומינו אין קרית יואל זאלן האבן א ווינקל ווי מען קען רעדן דעם רבי'נס דיבורים, מוהרא"ש'ס דיבורים, דעם ראש ישיבה'ס דיבורים. וואס פון דעם בית המדרש איז שוין ארויסגעקומען טויזנטער שעות לימוד התורה, צענדליגע שטובער געשטעלט אויף די פוס, אומצאליגע דיבורים און כיספוים צום אייבערשטן, וואס דאס אלעס איז אין זכות פונעם בעל אכסני' הרה"ח ר' אברהם חיים שליט"א, וואס געבט דאס שוין אוועק שוין אזויפיל יארן, דאס איז אויסער וואס ער האלט אויס דעם ביהמ"ד מיט אלע הצתרכות'ן ווי רייניגן, קידושא רבה אום שב"ק, און א ברייטע של"ש יעדע וואך. יהא משכורתו שלימה מעם ה'.
מיט בערך צוויי יאר צוריק האט א שטורעם דורכגעריסן קרית יואל, דאס איז געווען א שלאקס רעגן וואס האט דאן אומגעווארפן פילע ביימער אין שטאט און האט אנגעמאכט אסאך שאדענס. ביז דעמאלטס איז געווען ארויסגעלייגט א גרויסע שיינע סיין מיט די ווערטער בית המדרש היכל הקודש, בנשיאות כ"ק מוהרא"ש, מיט א שיינע ברסלבע קרוין, וואס האט צוגעוויזן אלע דורכגייער אז דא איז א ווינקל ווי מען קען באקומען "פירסט עיד", אלע ווייסן היינט אז אין ברסלב געבט מען נישט אויף, און דאס האט טאקע צוגעברענגט פילע דורכגייער זאלן אריינקומען הערן א גוט ווארט, און זענען ארויס אנגעפולט מיט תורה, תפלה, שלום בית, און האט זיי דערנענטערט צום אויבערשטן. אבער ביי יענע שטורעם איז דער סיין אראפגעריסן און צעבראכן געווארן.
אין די לעצטע צייט האבן די גבאים זיך אריינגעלייגט איבערצובויען דעם בית המדרש, עס פארגרעסערן, און איבערפרישן, האט מען דאן באשלאסן אז עס איז צייט אז אויך די סיין אינדרויסן פון בית המדרש דארף מען צוריק באנייען. ברוך השם אז לכבוד שבועות האט שוין דער נייער סיין באשיינט די ווענט פון בית המדרש און געלאזט וויזן לכל עובר ושב אז דא קען מען זיך דערקוויקן מיטן הייליגן רבינ'ס דיבורים.