די שטאט לעיקוואוד און אנדערע ענגליש רעדנדע שטעט פלעגן שטארק בענעפיטירן פון די ענגלישע גליון וואס פלעגט ארויסקומען וועכענטליך, ווען די מפיצים פלעגן דאס פארשפרייטן צווישן די ערליכע אידן וועלכע האבן געלעכצט נאך אביסל חיזוק און עצות פון הייליגן רבין.
 
די מפיצים האבן געבעטן דעם אויבערשטן אז מען זאל פריש אנהייבן ארויסצוגעבן דעם גליון, עס האבן זיך געוועבט פלענער, מען האט געטראכט, אבער עס האט זיך גארנישט געמאכט. מיט עטליכע וואכן צוריק איז געווען אין די קרית ברסלב אויסגאבע לכבוד מוהרא"ש'ס יארצייט אינטערוויוס מיט מפיצים געשריבן דורך הר"ר ישראל דוד העסקעל הי"ו, ווי מפיצים האבן ארום גערעדט איבער די גרויסע זכי' וואס זיי האבן צו פארשפרייטן דעם הייליגן רבינ'ס ווערטער אויף די וועלט, און ווי מען זעט ווי מען ארבעט נישט אומזיסט, אידן זענען מכיר טובה, מען נעמט אויף די ברסלבע מיט ברייטע ארעמעס, און אידן שעפן דערפון חיזוק און עצות, און נעמען די עצות אויף למעשה, מען הייבט אן לערנען בעסער, דאווענען בעסער, די שלום בית ווערט בעסער, די קשר מיט די קינדער ווערט בעסער, מען הייבט אן שפירן דעם קרבת אלוקים לי טוב, דאס איז גורם אז נאך אידן כאפן זיך צו צו הפצה, וחוזר חלילה אידן ווערן נענעטער צום אויבערשטן דורך הפצה.
 
דער אינטערוויו האט אויפגעפלאמט די "פונקען" וואס האבן געטוליען אין הארץ פון משפחת זילבער החשובה פון לעיקוואוד, און האבן עס גענומען למעשה, מען האט אנגעהויבן צו בעטן דעם אויבערשטן אז מען זאל קענען אויספירן די מחשבות מכח אל הפועל. דער אויבערשטער האט געהאלפן אז ווען דער ראש ישיבה שליט"א האט באזוכט לעיקוואוד לעצטענס איז שוין א ביישפיל פון די ערשטע גליון, דער ראש ישיבה שליט"א איז געווען זייער צופרידן דערפון און האט שטארק מחזק געווען מען זאל גיין ווייטער ביתר שאת.
 
פון דא האבן זיך זאכן גענומען גיין מיט א שטערקערע פארע, מען האט אנגעהויבן אויסזוכן פון אלטע גליונות, פון לייט אויף אמונה, און פון די אנדערע ספרים און דרשות, מען האט געשריבן, איבערגעטייטשט, מגיה געווען, אויפגעזוכט פאסיגע בילדער, אויסגעשטעלט שיין און געשמאק, און פריש מגיה געווען און ברוך השם פאריגע וואך האט די וועלט זוכה געווען צו א פרישע אור מיטן נאמען "ספארקס אף אמונה" (פונקען פון אמונה) א הערליכע גליון אנגעפילט מיט געשמאקע זיסע ווערטער פון הייליגן רבין אויף די וואך, שאלות ותשובות אויף למעשה און אזוי ווייטער.
 
די מפיצים געבן איבער אז והעיר לעיקוואוד צהלה ושמחה, בכל מקום וואס דער נייער גליון האט דערגרייכט שמחה וששון ליהודים, מען האט זיך צוגעכאפט צום שיינעם גליון ווי א דורשטריגער צו א קאלט גלעזל וואסער.
 
די שטאט לעיקוואד, און די מפיצים זענען זייער דאנקבאר פאר משפחת זילבער וואס טוט רוב פון די ארבעט, אזוי איך פאר משפחת פעלדמאן וואס העלפט שטארק ארויס, ואחרון חביב פאר די געטרייע סטעף פון קרן הדפסה היכל הקודש וואס איז איבערגעגעבן דערפאר מיט'ן גאנצן הארץ און העלפט ארויס מיט אלעס וואס מען דארף.