הערליכע נייער וועכענטליכער קאלום אין קרית ברסלב בלעטל מהנה אומצאליגע ליינער
ה תמוז תשפ"ב 📝
ווי די פילע ליינער פונעם הערליכן וועכענטליכן ברסלבער צייטונג "קרית ברסלב בלעטל" וועלכע ערשיינט וועכענטליך אנגעפילט מיט הערליכע ארטיקלען, נייעסלעך, חידות, בילדער, און שיינע ארטיקלען מלא תוכן און יראת שמים, איז אין די לעצטע וואך צוגעקומען א הערליכער רובריק, וואס האט אין די ערשטע וואכן געהייסן "גאסט ארטיקל", געשריבן דורך א מייסטער שרייבער מיט א גאלדענעם פעדער אונטערן פענאמען "שמאי שטראוז", אבער ווי נאר עס איז איינמאל אריין, האט זיך ציבור געלאזט הערן פה אחד, אז מען מוז זען אז דער קאלום זאל ווייטער אנהאלטן, דער ציבור אינג און אלט האט געבעטן אז מען גלייכט זייער זיין געשמאקע שפראך, ווי ער טוט ארויסברענגען די לימודים און עצות פון הייליגן רבין אויף א פרישע וועג.
ווי באקאנט איז איינע פון די עיקרים פון היכל הקודש "הפצה", ווי מוהרא"ש פלעגט אלץ זאגן, דו ווייסט דאך אליינס ווי לאנג דו האסט זיך געפלאגט און זיך געמוטשעט און זיך נישט געקענט אן עצה געבן אין לעבן, איך האף אז דו האסט נישט פארגעסן ווי דו ביסט געלאפן צו יעדע "באבא", יעדע "הענט ליינער" אדער "כתובה קוקער", און ווי דו ביסט ארויס דערנאך פון דארט בפחי נפש, וואס אויסער אויסמעלקן דיין געלט, האט ער דיר גארנישט דעליווערט, ניטאמאל א פרק משניות, אדער מעביר סדרה זיין. יעצט ווען עס גייט דיר ברוך השם גוט, האסט געטראפן דעם הייליגן רבין, וואס זיינע ווערטער רעדן צו דיין הארץ, א רבי וואס האט עצות אויף די פראבלעמען פון דור; דו פילסט זיך אן מיט אוצרות פון אמונה, תורה, שלום בית, חינוך, דו פיסלט א סיפוק אין לעבן. פלעגט מוהרא"ש אונז פארהאלטן "פארוואס זאלסטו נישט טראכטן פון א צווייטן?", מוהרא"ש פלעגט זיך בעטן מען זאל פארקוקן אויף די אייגענע באקוועמליכקייטן און נישט זיין 'סעלפיש'. איינער האט זיך אוועקגעגעבן פאר דיר, און געטיילט טויזנטער קונטרסים און ספרים, ביז דער אייבישטער האט אזוי געדרייט אז עס איז אנגעקומען צו דיר, טו דו אויך עפעס פאר א צווייטן.
דערפאר זיצט נישט דער ראש ישיבה רואיג, נאר דרייט איבער א וועלט און טוט אלע מיני פעולות אז די עצות פון הייליגן רבין זאלן אנקומען צו אלע מיני אידן, עס איז שווער אויסצורעכענען אלע וועגן פון הפצה וואס ווערן געטון, ספרים, סידיס, גליונות, חיזוק יומי, וועבסייט, עפפס, ניגונים, מוזיק ווידיאס, און נאך אסאך. דערפאר האט די רעדאקציע פונעם קרית ברסלב בלעטל באשלאסן, נאכן הערן ווי שטארק דער ארטיקל האט אן אפקלאנג, אז מען וועט בעטן דעם חשובן שרייבער אז ער זאל ווייטער מהנה זיין דעם ציבור און ווייטער לאזן פליסן זיין פּערלנעם פענע, און האבן די זכיה אז נאך אידן וועלן באקומען חיזוק און אינספיראציע צו נעמען די ווערטער פון הייליגן רבין צום נעקסטן לעוול הלכה למעשה. אזוי האט מען טאקע געטון, און אין די לעצטע וואכן גייט אריין דער הערליכער ארטיקל אונטערן קאלום "צום פינטל", ווי דער שרייבער נעמט דעם ציבור מיט מיט זיך אויף א רייזע, און ברענגט ארויס מיט זיין געשליפענעם שפראך א נקודה'לע צוויי אויף למעשה, וואס מען קען אהיים נעמען נאכן צומאכן דעם בלעטל.
אזוי זיצן די חשובע מערכת פונעם צייטונג און שלאפן נישט טאג און נאכט, נאר לייגן אריין כחות עצומות צו פארבעסערן, פארגרעסערן און פארשענערן דעם שיינעם בלעטל, וואס איז אנגעפילט מיט אמונה פון דעקל צו דעקל.
ליינט און האט הנאה!