הערליכע סיום הלכות שבת אָפּגעראָכטן ביים ראש ישיבה אינדערהיים
ה כסלו תשפ"ב 📝
עס הערשט א גרויס שמחה ביי די בחורים אין ישיבה תפארת התורה. מען האט זוכה געווען צו פראווען א שיינע סיום אויף א שיינע חלק פון הלכות שבת.
צום דעם פרייליכן געלעגענהייט האט מען האט געפראוועט א שיינער סיום ביים ראש ישיבה אינדערהיים. דער ראש ישיבה געווען זייער אויפגעלייגט ביים גאנצן סיום, און שטארק מחזק געווען די בחורים מען זאל ווייטער אנגיין און לערנען פלייסיג.
דער שיעור האט דער ראש ישיבה מייסד געווען מיט עטליכע יאר צוריק, דער ערשטער מגיד שיעור איז געווען דער דיין שליט"א וואס וואוינט שוין היינט אין קרית ברסלב, דעם זמן האט הרה"ג ר' אלחנן ראטה שליט"א איבערגענומען דעם שיעור.
דער ראש ישיבה האט אויפגעטרעטן און ארויסגעברענגט אז דער רבי בעט יעדן טאג דארף מען טון צוויי זאכן: מען דארף יעדן טאג לערנען הלכה, און רעדן צום אייבערשטן. מוהרא"ש פלעגט זאגן אז נאר אזוי קען מען זיך רופן א ברסלב'ע חסיד.
דער ראש ישיבה מסביר געווען אז כאטש דער רבי האט גערעדט פון אסאך זאכן, אבער די צוויי זאכן איז דער יסוד. רעדן צום אייבערשטן בינדט צו א איד צום אייבערשטן, און לערען הלכות לערנט אויס דעם איד וואס דער אייבישטער וויל א איד זאל טון. די צוויי זאכן מוזן גיין אינאיינעם, מען דארף לעבן מיט אמונה, און לעבן מיט הלכה.
דער ראש ישיבה האט געזאגט אויף די בחורים פונעם שיעור "זיי זענען העלדן פון די קהילה! דאס איז אונזער ישיבה!".
דער שיעור ווערט פארגעלערענט אין די הייליגע ישיבה תפארת התורה יעדן טאג דורכן חשובן מגיד שיעור הרה"ג אלחנן ראטה שליט"א 4:15 און ציעט זיך ביז 5:00, ווען דער ראש ישיבה שליט"א זאגט זיין טעגליכע בארימטער חיזוק שיעור, וואס די רעקארדינגס דערפון גייען ארום אין די גאנצע וועלט, און איז מחיה צענדליגע טויזנטער אידן טאג טעגליך.
דערנאך האט דער מנהל המוסדות הר"ר מרדכי אינדיג אויפגעטרעטן, און ארויסגעברענגט אז אויב מיר האבן שוין יא אזא ראש ישיבה, דארפן מיר אים פאלגן, און אזוי וועלן מיר מצליח זיין אין אלעם ברוחניות ובגשמיות.
דערנאך האט מען געהערט עטליכע ווערטער פונעם מנהל פון ישיבה הר"ר נתנאל פארקאש שליט"א, וואס האט ארויסגעברענגט די וויכטיגקייט פונעם שיעור, און פון לערנען הלכות שבת.
אויך האט מען געהערט טרעפליכע ווערטער פונעם מגיד שיעור הר"ר אלחנן ראטה שליט"א, וואס האט ארויסגעברענגט די געוואלדיגע שמחה אז מען האלט שוין דא, מען האט מסיים געווען נאך א מקצוע אין די וויכטיגע הלכות פון הלכות שבת.
▶️ דרשה פון ראש ישיבה ביים סיום
📸 בילד פונעם סיום