הערליכע סיום הש"ס אין ישיבה
ו ניסן תשע"ח 📝
די וואך מיטוואך איז פארגעקומען א הערליכע סעודה לכבודה של תורה, ווען הבחור החשוב יענקי יאקאבאוויטש ני"ו האט זוכה געווען צו ענדיגן גאנץ ש"ס.
עס גלויבט זיך נישט, אבער ס'איז דאך א פאקט, אז פילע בחורים אין ישיבה זענען זוכה צו ענדיגן ש"ס. ס'זעט אויס ווי א געלעכטער, וואס איז שוין ווערד ווען מ'זאגט דורך ש"ס? דער אמת איז אבער אז 'לאכן לאכט דער וואס לאכט דער לעצטער, ווען עס וועט קומען דעם לעצטן טאג וועט מען זען אויבן אין הימל די חשיבות פון א איד וואס האט זוכה געווען צו זאגן אסאך די הייליגע תורה, אין פארגלייך צו א צווייטן וואס האט פארברענגט זיינע יארן מיט נארישקייטן, מיט'ן פרובירן אויפצואווייזן אז זאגן הייסט נישט געלערנט...
ביי די סעודה האט דער חשובער בחור המסיים גערעדט עטליכע ווערטער דאנקענדיג דעם אייבערשטן אז ער האט זוכה געווען אריינצוקומען אין ישיבה וואו ער האט באקומען א חשק צו לערנען די הייליגע תורה, און גלייכצייטיג זיך באדאנקט פאר'ן ראש ישיבה פאר'ן אים אויסלערנען דעם סדר דרך הלימוד, וואס דורך דעם האט ער יעצט זוכה געווען צו ענדיגן גאנץ ש"ס.
דערנאך איז דער ראש ישיבה שליט"א אריין אין א לענגערע שמועס איבער די גרויסקייט פון לערנען די הייליגע תורה, וואס דאס מיינט פאר איד, די פילע גוטע זאכן וואס דאס ברענגט אויפ'ן איד ברוחניות ובגשמיות.
מען האט געזינגען ווארימע ניגונים, און נאך ברכת המזון איז דער עולם זיך צעגאנגען מיט א געוואלדיגע התעוררות און התחזקות, זיך צו שטארקן ווייטער אין לערנען די הייליגע תורה מיט גרויס פלייס.
בילדער
דרשה פון ראש ישיבה שליט"א