הערליכע סיום הש"ס אין ישיבה
כא אייר תשע"ט 📝
פארגאנגענעם מיטוואך איז פארגעקומען א הערליכע סעודה לכבודה של תורה, ווען הבחור החשוב שלום יוסף ניישטיין ני"ו האט זוכה געווען צו ענדיגן גאנץ ש"ס.
די פארגאנגענע וואך האבן מיר שוין געהאט א סיום הש"ס אין ישיבה, און די וואך איז געווען נאך איינס, און אין די קומענדיגן וואכן וועט אי"ה נאך עטליכע בחורים זוכה זיין מסיים צו זיין ש"ס.
ביים סיום האט מען געזינגען אינאיינעם שיינע ניגונים, דערנאך האט מען גערעדט עטליכע ווערטער פונעם חשוב'ן טאטן פונ'ם בעל שמחה, מוה"ר נחמן ניישטיין שליט"א, מלמד מומחה במוסדותינו, וואס האט געדאנקט דעם אייבערשטן אויף די גרויסע חסדים, און ארויסגעברענגט זיין פרייד אז זיין בחור איז זוכה צו לערנען אין אזא ישיבה וואו מ'לערנט אויס די עצות ווי אזוי אנצוקומען צו דעם צו קענען ענדיגן גאנץ ש"ס, מיט אלע איבריגע עצות פון הייליגן רבי'ן.
דערנאך איז דער ראש ישיבה שליט"א אריין אין א לענגערע שמועס איבער די גרויסקייט פון לערנען יעדן טאג די הייליגע תורה, וואס דאס מיינט פאר איד, די פילע גוטע זאכן וואס דאס ברענגט אויפ'ן איד ברוחניות ובגשמיות. ער האט ארויסגעברענגט ווי יעדער דארף זיך אפלערנען פון אזא יונגער בחור וואס האט שוין זוכה געווען צו ענדיגן ש"ס, אבער גלייכצייטיג נישט ווערן צעבראכן דערפון, צו טראכטן אז ער האלט שוין אזוי ווייט און איך נישט, נאר יעדער זאל זיך שטארקן אויף זיין אייגענע וועג צו לערנען אביסל תורה יעדן טאג.
נאכ'ן סיום איז דער עולם זיך צעגאנגען מיט א געוואלדיגע התעוררות און התחזקות, זיך צו שטארקן ווייטער אין לערנען די הייליגע תורה מיט גרויס פלייס.
אין שמחה כשמחת התורה!
קליפ: דער שיינער סיום