הערליכע סיום הש"ס אין ישיבה
יב אייר תשע"ט 📝
די וואך מיטוואך איז פארגעקומען א הערליכע סעודה לכבודה של תורה, ווען הבחור החשוב לייבי ראטה ני"ו האט זוכה געווען צו ענדיגן גאנץ ש"ס.
אויסער די חברים פון לייבי ני"ו, האבן האבן זיך באטייליגט פילע קרובי המשפחה. עס האבן אויפגעטרעטן זיין זיידע, הרב אהרן וועבערמאן שליט"א פון די הנהלת הישיבה, און א פעטער. וואס האבן אלע ארויסגעברענגט די נחת וואס זיי האבן צו זען ווי עס איז קוים דורך א יאר פון לייבי איז אריין אין ישיבה, און ווי ער האט גענומען אויף זיך צו פאלגן דעם ראש ישיבה און אויסער דעם וואס ער איז א געשמאקער בחור, וואס האט צייט צו העלפן אנדערע און געבן א גוט ווארט פאר יעדעם, זיצט ער גאנצעטע שעות און לערנט פלייסיג די הייליגע תורה.
לייבי האט געזאגט עטליכע ווערטער ווי ער האט ארויסגעברענגט זיין הכרת הטוב צום ראש ישיבה וואס האט אים אויסגעלערענט דעם הייליגן רבינ'ס דרך הלימוד, וואס האט אים געהאלפן זיך צובינדן צו די הייליגע תורה.
עס לאזט זיך שווער גלייבן, ווען מ'העט ווי פילע בחורים אין ישיבה זענען זוכה צו ענדיגן ש"ס. ס'זעט אויס ווי א געלעכטער, "וואס, מ'זאגט דורך ש"ס?" דער אמת איז אבער אז 'לאכן לאכט דער וואס לאכט דער לעצטער', ווען עס וועט קומען דעם לעצטן טאג וועט מען זען אויבן אין הימל די חשיבות פון א איד וואס האט זוכה געווען צו זאגן אסאך די הייליגע תורה, אין פארגלייך צו א צווייטן וואס האט פארברענגט זיינע יארן מיט נארישקייטן, מיט'ן פרובירן אויפצואווייזן אז זאגן הייסט נישט געלערנט...
ביים סיום איז דער ראש ישיבה שליט"א אריין אין א לענגערע שמועס איבער די גרויסקייט פון לערנען יעדן טאג די הייליגע תורה, וואס דאס מיינט פאר איד, די פילע גוטע זאכן וואס דאס ברענגט אויפ'ן איד ברוחניות ובגשמיות.
מען האט געזינגען ווארימע ניגונים, און נאכ'ן סיום איז דער עולם זיך צעגאנגען מיט א געוואלדיגע התעוררות און התחזקות, זיך צו שטארקן ווייטער אין לערנען די הייליגע תורה מיט גרויס פלייס.
ותשחק ליום אחרון!
קליפ: דער שיינער סיום
בילדער: דער שיינער סיום