הערליכע סיום הש"ס אין ישיבה
כה אייר תשע"ט 📝
צום דריטן וואך נאכאנאנד האבן מיר זוכה געווען מיטצוהאלטן א סיום הש"ס אין ישיבה. די וואך האבן די בחורים זיך מיטגעפריידט מיט די שמחה פון ווען הבחור החשוב דוד ניישטיין ני"ו האט זוכה געווען צו ענדיגן גאנץ ש"ס.
עס איז פארגעקומען א שיינע סעודה לכבודה של תורה, ביי די סעודה האט מען געזינגען אינאיינעם שיינע ניגונים, און דערנאך האט דער ראש ישיבה שליט"א געזאגט א דרשה, ער האט ארויסגעברענגט די גרויסקייט פון אזא יונגער בחור, קוים בר מצוה געהאט, וואס האט שוין זוכה געווען צו ענדיגן גאנץ ש"ס, און זוכה געווען צו א צלם אלקים, אזוי ווי דער רבי האט געזאגט אז ווער ס'איז זוכה צו ענדיגן ש"ס באקומט א צלם אלקים, א ליכטיג פנים.
דער ראש ישיבה שליט"א האט גערעדט פונעם הייליגן יום טוב שבועות וואס דערנענטערט זיך שוין, ווען מיר זענען זוכה צו מקבל זיין די הייליגע תורה, און יעדער איד קען זוכה זיין צו לערנען די הייליגע תורה, נאר אידן זענען דאך פאריאגט און פארפלאגט און נישט יעדער קומט אן צו לערנען, און נישט יעדער פארשטייט לערנען, און אזוי ווייטער איז דא פילע שטערונגען וואס מאכן אז מענטשן זאלן מיינען אז לימוד התורה איז נישט געמאכט געווארן פאר זיי; ווען מען פאלגט אבער דעם הייליגן רבי'ן, מ'נעמט דעם "סדר דרך הלימוד" פון רבי'ן, אז מ'קען זאגן די ווערטער פון תורה, אפילו מ'פארשטייט וואס מ'זאגט, דעמאלט קען יעדער זוכה זיין צו לערנען תורה יעדן טאג, און מיט די צייט באקומט מען א געשמאק אין די הייליגע תורה, און צוביסלעך פארשטייט מען מער און מער וואס מ'לערנט.
צום שלוס האט דער ראש ישיבה שליט"א אויסגעפירט אז יעדער זאל זיך אפלערנען פון דעם בחור, און אויך אנהויבן לערנען תורה יעדן טאג, וועט מען האבן א געשמאק און א סיפוק אין לעבן, און זוכה זיין צו אלעס גוטס.
נאכ'ן סיום איז דער עולם זיך צעגאנגען מיט א שטארקע התעוררות און התחזקות, זיך מחזק צו זיין ווייטער אין לערנען די הייליגע תורה מיט גרויס פלייס.
פאלגענד איז לינקס פונעם שיינעם סיום
קליפ - אוידיא - בילדער
שישו ושמחו בשמחת התורה!