נאך א הערליכע שבת וואס דער ראש ישיבה שליט"א האט געוויילט אין שטעטל צוזאמען מיט פילע געסט אנשי שלומינו וואס האבן זיך געוואלט געפונען ביים קיבוץ פון חסידי ברסלב צוזאמען מיטן ראש ישיבה, איז מוצאי שבת קודש אפגעהאלטן געווארן א הערליכע מלוה מלכה אין שטעטל.
 
טראץ די גאר שטארקע קעלט פון קרוב צו זירא פארנהייט דעגריס וואס האט געהערשט אין גאס, זענען מוצאי שבת קודש געקומען צו פארן פון אנדערע שטעט פילע צענדליגע געסט, וואס האבן נישט געקענט זיין שבת אין שטעטל, און האבן זיך געפרייט צו קומען מיטהאלטן דעם שיינעם סעודת מלוה מלכה מוצש"ק, זיך צו קענען אנווארימען דאס הארץ מיט די ווארימע דיבורים פון הייליגן רבי'ן.
 
מען האט זיך געוואשן צו א הערליכע סעודה, ווי עס איז געווען צוגעשטעלט פון אלעם גוטן, ווארעמס, און געשמאקע מאכלים לכבוד סעודת מלוה מלכה און לכבוד חנוכה. מען האט געזונגען אינאיינעם די זמירות פון מלוה מלכה.
 
צו ערשט האט אויפגעטרעטן דער יושב ראש הר"ר אברהם הערש וועבערמאן שליט"א, וואס האט ארויסגעברענגט די פיר גרויסע זאכן וואס דער מסיבה טוט פארשטעלן, א סעדות ראש חודש, א סעודת מלוה מלכה, א סעודת חנוכה, און בעיקר א מסיבת חנוכת הבית פאר די צווייטע בנין התלמוד תורה דא אין שטעטל. דערנאך האט ער ארויסגעברענגט די השתלשלות פונעם שטעטל, ווי די תלמידים פון ראש ישיבה האבן זיך דערזען וואוינען אין פלעצער ווי מען האט נישט געהאט קיין מוסדות אויף די וועג פון הייליגן רבי'ן, און עס האט אויסגעזען ווי די זאך פון הייליגן רבי'ן בלייבט חס ושלום ווייטער א סוד, פון וואס די קינדער וועלן נישט וויסן, ביז דער אייבערשטער האט געהאלפן אז עס איז בייגעפאלן פאר מו"ה יואל הכהן ראזענבערג הי"ו אז מען קען מאכן א שטעטל פאר אנשי שלומינו, וואס מיטן צושטומונג פון ראש ישיבה שליט"א איז עס געווארן ווי עס איז היינט בליעה"ר.
 
אויך האט ער פארציילט אז איינמאל איז מוהרא"ש זי"ע געווען ביי א מסיבה אין שטאט קרית יואל, אויפ'ן וועג אהיים האט ער זיך אנגערופן פאר אנשי שלומינו וואס זענען דעמאלט געווען אין די קאר "הלוואי עפענט מען א שטעטל אין אפסטעיט פאר אנשי שלומינו צו קענען דארט וואוינען צוזאמען", און אז מוהרא"ש האט דאס זיך אנגערופן איז עס פארשטייט זיך געווען באגלייט מיט תפילות וואס ער האט געבעטן אויף דעם אז דאס זאל צושטאנד קומען, און געלויבט דעם אייבערשטן אז היינט האלט מען דא, און מען זעהט אז מוהרא"ש'ס תפילות זענען נישט געגאנגען לאיבוד.  
 
דערנאך האט מען געהערט א שיינע באריכט פונעם באליבטן אדמיניסטראטאר פון די מוסדות מו"ה רפאל פורסט הי"ו, וואס האט איבערגעגעבן אביסל וואס טוט זיך אין די אפיסעס, ווי ער האלט מיט ווי די איינגעשטעלטע שטרענגען זיך אן צו מחנך זיין די קינדער צו אמונה און קדושה, אלעס אָן פּעטש,  אָן קלאפן די קינדער, נאר אלעס מוז גיין מיט אויפבויען די קינדער, ער האט איבערגעגעבן פארשידענע ציפערן פון די בודזשעט פון די מוסדות, וויפיל קינדער, מלמדים, טישטערס זענען דא.
 
דערנאך האט ער געבעטן אז צוליב די גרויסע שוועריקייט נאכצוקומען דעם בודזשעט, עפענט מען מען יעצט צוויי נייע פראגראמען, איינס "פולע שכר לימוד", ווי אלע וואס האבן די מעגליכקייט, וועלן באצאלן די פולע קאסט פון זייערע קינדער. און די צווייטע "כאילו ילדו" ווי מען וועט ספאנסערן א קינד וואס מאיזה סיבה שהוא ווערט זייער שכר לימוד נישט געדעקט.
 
דערנאך האט דער ראש ישיבה ארויפגערופן צענדליגע אינגלעך, בחורים, און אינגעלייט צו מאכן זייערע סיומים ברבים, אינגע קינדער האבן געמאכט סיומים אויף מסכת הש"ס און משניות, און דערנאך בחורים וואס האבן מסיים געווען פארשידענע זאכן, מסכת הש"ס, גאנץ משניות, זוהר הקדוש, ליקוטי מוהר"ן, און נאך. און דערנאך אינגעלייט. דער ראש ישיבה האט ארויפגערופן דעם איבערגעגעבענעם מלמד הר"ר יחזקאל סאמעט שליט"א וואס האט מסיים געווען משניות דער 204'סטע מאל.
 
דערנאך האט מען ארויפגערופן מו"ה אברהם אלי' פריעדריך הי"ו וואס האט מיט גרויס התרגשות געמאכט זיין ערשטער סיום הש"ס, נאכן סיום האט ער גערעדט אפאר ווערטער און פארציילט אז ווען ער האט געזען מו"ה שבתי מזרחי הי"ו מאכן זיין סיום הש"ס האט דאס אים אינספירירט און אים געגעבן דעם שטופ אז "ש"ס איז אויך געמאכט פאר אים".
 
דערנאך האט מען געהערט לעכטיגע דיבורים פונעם ראש ישיבה שליט"א - וואס האט ארויסגעברעגט אז מען איז זיך דא צוזאם געקומען צו דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן אז מיר זענען מקורב צום רבי'ן - ער האט געזאגט ווי ער דאנקט דעם אייבערשטן אויף די גרויסע נס אז נאכדעם וואס ער האט געעפענט א ישיבה וואס יעדער וואס וויל לערנען, יעדער וואס וויל קומען דאווענען און לייגן תפילין, קען קומען, צוליב דעם איינעם "חטא" האט מען ארויסגעווארפן זיינע קינדער פון חדר. "מיינע קינדער וואלטן היינט מן הסתם נישט געוואלט רעדן מיט מיר ווען נישט דעם...", האט דער ראש ישיבה געזאגט. דער ראש ישיבה האט ארומגערעדט פונעם שיינעם שטעטל ווי עס וואקסט אין בליעט, און אויב וואונדערט מען זיך פארוואס נאכדעם וואס מען איז יעצט מחנך דעם צווייטן בנין פונעם תלמוד תורה, פארוואס מען האט שוין יעצט געקויפט נאך א געביידע - האט דער ראש ישיבה געזאגט "דער שטעטל האט יעצט איבער הונדערט תושבים, קומענדיגע יאר וועט שוין בעזרת השם זיין צוויי הונדערט, און עס וועלן נאך זיין דא טויזנטער תושבים אינעם גאנצן אומגעגענט, משפחות וואס וועלן לעבן מיטן הייליגן רבי'נס לימודים".
 
דער ראש ישיבה האט געזאגט אז די סיומים רעדן פאר זיך אליינס. דא אין דעם שטעטל איז נישטא קיין בעסערע שוואכערע, נישט קיין חילוק ווי מ'גייט אנגעטון, ארבייטער מיט זייערע דזשעקעטס, אדער א כולל אינגערמאן מיט א רעקל, אלע לערנען ברוך השם און האבן יראת שמים. יעדע אינגערמאן אין שטעטל גייט נישט שלאפן פאר ער האט געעפענט א חומש, א משניות און גמרא. און אויף דעם דאנקט מען דעם אייבערשטן.

יְמֵי חֲנוּכָּה הֵם יְמֵי הוֹדָאָה - זֶה בְּחִינַת שַׁעֲשׁוּעַ עוֹלָם הַבָּא (ליקוטי מוהר"ן ח"ב סימן ב')