הערליכע ספר "אויסדערוועלט" ערשינען דורך מכון עצתו אמונה אויף שבועות
כח אייר תשפ"ה 📝
כמעשהו בראשונה אין די ערבי פסחים טעג מיט'ן ספר "אויסגעלייזט" דעם פארגאנגעם פסח, טוט די בארימטע מכון עצתו אמונה פארשטעלן דעם ספר "אויסדערוועלט" לכבוד דעם בעפארשטייענדן יום טוב שבועות, זמן מתן תורתינו, דער ספר איז צוזאם גענומען לויט די אנווייזונג פונעם ראש ישיבה שליט"א פילע בריוו פון די ספרי עצתו אמונה און איש אמונות, פול מיט התחזקות עצות און הדרכה וויאזוי יעדע איד אן אויסנאם קען זוכה זיין אויסצונוצן און ארויסנעמען גאר אסאך פון די ליכטיגע טעג פונעם היילגן יום טוב.
פונעם מכון געבט מען אונז איבער, אז אויפן פארלאנג פון אנשי שלומינו, האט מען עס דאס מאל ספעציעל געדרוקט גענוג פרי כדי מען זאל עס קענען לערנען מער ווי איינמאל, און קענען אריינעמען אין זיך די פילע לימודים און עצות, וואס וועט אונז בעז"ה געבן א גאר געהויבנענעם יום טוב.
די הוצאות פונעם ספר איז נתנדב געווארן דורך מו"ה שמואל אייכענשטיין הי"ו און דערפאר האט עס באקומען דעם צוגאב נאמען "מהדרות אייכענשטיין", דער זכות וועט זיכער ביישטיין פאר'ן נדבן מיט זיין משפחה פאר אלע גוטע השפעות טובות
בנוסף צו די בריוו האט מען אינזין געהאט צו צולייגן נאך פילע הוספות וואס קען פראקטיש צונוץ קומען במשך דעם יום טוב, ווי צום ביישפיל דער "תפלת השל"ה" וואס איז במאת כדאי צו זאגן יעדן טאג, אבער די וועלט פירט זיך עס צו זאגן לכל הפחות ערב ראש חודש סיון. אזוי אויך האט מען אריינגעלייגט די "תנאים" און די "כתובה" וואס מען פירט זיך צו זאגן יום טוב.
די אלע וואס האבן שוין אריינגעקוקט דערין זאגן אז דער ספר איז א כרכא דכולה ביה, עס אנטהאלט אלעס וואס מען דארף אויף יום טוב, א הערליכע ליקוט פאר יעדעם איינעם צו יעדע צייט במשך דעם יום טוב אזוי אויך פארדעם און נאכדעם, חיזוק, מנהגים, התעררות און וויאזוי אויסנוצן די געהויבענע טעג.
אויף די אנפראגע פון פילע, ווילן מיר באצייכענען אז די גרעי שטיקלעך זענען געקליבענע שטיקלעך פון בריוו, און די ווייסע זענען גאנצע בריוו במילואו.
ווען מען זעט דעם מפתח זעט מען אז דאס איז באמת אן אוצר וואס לאזט נישט אויס קיין איין אספעקט פונעם יום טוב, ווי צום ביישפייל: דער זמן קיבוץ פון שבועות, דער מנהג פון בלומען און ביימער, ביכורם, אהבה רבה, פילע עניני לימוד התורה און עצות צו מצליח זיין, הלל, אקדמות, עשרת הדברות, מגילת רות, מנהג פון עסן מילכיגס, יארצייט פון דוד המלך און דער בעל שם טוב, תהלים, סיפורים, אסרו חג.
דער ספר איז דא צו באקומען ביים קרן הדפסה, און אזוי אויך ביי אלע מפיצים, און וועט באלייכטן די אויגן פאר אלע וואס וועלן לערנען דערין.