הערליכע לעכטיגע פורים טעג זענען דורך ביי אנשי שלומינו איבער די גאנצע וועלט, פילע אנשי שלומינו זענען געקומען מיטהאלטן די פורים טעג ביים ראש ישיבה שליט"א, סיי ביים מגילה ליינען וואס דער ראש ישיבה שליט"א האט געליינט מיט גרויס געהויבנקייט און סיי צו די סעודות פורים אלע דריי טעג.
 
ביי די סעודה האט דער ראש ישיבה צווישן אנדערע געזאגט, המן איז ארויס פון די סעודה "שמח וטוב לב", וויאזוי קען עס זיין די קליפה זאל זיין פרייליך, נאכדעם שטייט, "וכראות המן את מרדכי", דאס איז עס, ער האט געקוקט אויף מרדכי, דאס מאכט אפילו די גרעסטע קליפה פרייליך, דאס גייט ארויף אויף אונז, דער סמ"ך מ"ם צוברעכט אונז אז מיר זענען חלילה בבחינת המן, פארכאפט אין די קליפות רח"ל, אבער מיר האבן נאך האפענונג, מיר קוקן צום צדיק, מיר וועלן נאך ארויסגיין פון די בלאטע און ווערן אמת'ע ערליכע אידן.
 
דער ראש ישיבה איז געווען שטארק בגילופין, אידן זענען געקומען בעטן ברכות, ישועות, דער ראש ישיבה האט געזאגט פאר איינעם וואס איז געקומען בעטן ער זאל געהאלפן ווערן מיט קינדער "מיינסט איך ווייס נישט אז דו דארפסט קינדער? ווען דו ביסט נאך געשלאפן היינט אינדערפרי האב איך שוין פארגאסן טרערן פאר דיר! הלואי זאלסטו אזוי סאך בעטן פאר דיר וויפיל איך בעט פאר דיר"...
 
ערב שבת נאכמיטאג איז דער ראש ישיבה ארויס כאפן פרישע לופט, און האט באגריסט די דורכגייער, "שלום עליכם", דער ראש ישיבה האט זיך פארגעשטעלט מיט זיין נאמען, און געזאגט "ווייסט מיר זענען קאזינס", "וויאזוי?", "פון אברהם אבינו", "אבער מיר טארן זיך נישט גריסן ווייל מיר וואוינען אין וויליאמסבורג..."
 
דערנאך איז דער ראש ישיבה געגאנגען אין מקוה, און איז אריינגעקומען אביסל שפעט אבער זייער פרייליך צו דאווענען מנחה, מו"ה יואל משה מייזעלס הי"ו איז געווען בעל תפלה סיי ביי מנחה און סיי ביי קבלת שבת און מעריב.
 
הר"ר ישראל מנחם ראזענבערג הי"ו האט געבעטן דעם ראש ישיבה זאל זאגן אפאר ווערטער ער האט געשטעלט אן עמוד ביים ארון הקודש, מען האט געבעטן דעם ראש ישיבה ער זאל צוגיין צו קבלת שבת, האט ער געזאגט "איך האב נישט קיין קול, אבער איך האב א הארץ"...
 
דער ראש ישיבה איז געווען ביים שטענדער ביים ארון הקודש אויסגעדרייט צום עולם, און צווישן יעדע קאפיטל פון קבלת שבת האט דער ראש ישיבה אויסגעטייטשט די אלע שטיקלעך פון קבלת שבת וואס עס מיינט פאר אונז לעובדא ולמעשה... "ארבעים שנה אקוט בדור", אידן זענען געווען אין מדבר פערציג יאר, איינער פרעגט מיר וויאזוי קען זיין דער דור המדבר וואס הייסט דער דור דעה, הייליגע דור, האט אויסגעפרואווט דעם אויבערשטן צען מאל, זיי האבן זיך כסדר אפגערעדט ווי מען זעט אין חומש. האט דער ראש ישיבה שליט"א געזאגט "פערציג יאר און נאר צען קשיות?",וויפיל קשיות האבן מיר ליידער אויפן אויבערשטן? אונז האבן צען קשיות יעדן טאג!
 
אזוי האט דער ראש ישיבה הערליך אריינגעטייטשט אלע קאפיטלעך פון קבלת שבת זייער שיין "אור זרוע לצדיק, ולישרי לב שמחה", האט דער ראש ישיבה שליט"א געזאגט ווי לעכטיג און ווי פרייליך איז די לעבן פאר וווער עס האט א צדיק!
 
ביי סיפורי מעשיות האט דער ראש ישיבה ארויסגעברענגט א שטארקע נקודה, מען האט געזען אנשי שלומינו ווען זיי זענען געווען שיכור אלע ווילן איין זאך, אלע האבן געשריגן פון טיפעניש פון זייער הארץ איך וויל זיין אן ערליכער איד. אויך האט דער ראש ישיבה שליט"א גערעדט איבער שלום בית, ווי מ'דארף דאנקען דעם אויבערשטן אז מען האט א ווייב, מען האט חתונה געהאט, און געזאגט בדרך צחות, אויב מ'פארגעסט צו זאגן על הנסים ביים בענטשן זאגט מען עס ביי הרחמן, אויב מ'פארגעסט צו דאנקען דעם אויבערשטן פריער, דארף מען שפעטער בעטן דעם אויבערשטן.
 
ביי שלש סעודות, האט דער ראש ישיבה שליט"א פארציילט די מעשה באריכות וויאזוי דער הייליגער רבי נתן האט זייער געוואלט זיין ביים הייליגן רבין פורים, אבער צוליב די שווערע וועטער איז ער הערש אנגעקומען אום שושן פורים, און דער רבי האט אים דאן מחזק געווען "שושן פורים איז אויך פורים". האט דער ראש ישיבה ארויסגעברענגט אז מען דארף אפלאזן חכמות, און זיין פרייליך פורים, שושן פורים, און א גאנץ יאר, זיך פרייען און טאנצן אז מ'איז א איד.
 
דער באריכט פון מוצש"ק שושן פורים וועט בעז"ה נאכפאלגן