הערליכע פראגראם ערווארט די חשובע פרויען מארגן מאנאטג נאכט בעז"ה ביים "אומאן פארברענג"
כב אלול תשע"ט 📝
מיט גרויס שפאנונג ווארטן די חשובע פרויען צום מארגנדיגן טאג, ווען זיי וועלן זיך בעז"ה צוזאם קומען צום יערליכן "אומאן פארברענג" ווי מען וועט פארברענגען אינאיינעם און זיך פרייען אויף דעם גרויסן זכיה און דאנקען דעם אייבערשטן אויף די גרויסע זכיה אז זייערע מענער זענען נתקרב צום הייליגן רבין, און האבן א דאנק דעם געטרייע מענער וואס העלפן אין שטוב, און פירן ערליכע שיינע שטובער, לערנען יעדן טאג, זענען מקפיד צו דאווענען מיט מנין, ברענגען אריין א שמחה אין שטוב.
און אזוי ווי יעצט דערנענטערט זיך די הייליגע ראש השנה טעג וואס דער הייליגע רבי האט געבעטן און געפאדערט אז יעדער זאל קומען צו אים אויף יום טוב, פארקוקט יעדער איינער אויף די שוועריקייטן, די מענער פארקוקן אויף זייער באקוועמליכקייט פון זיין אין זייער שטוב ווי זיי האבן אזוי ליב צו פארברענגען, בפרט אום שבת ויום טוב, און זיי פארן שעות ארוכות און וויילן אויף יום טוב ווי בחורים אין א דארמיטארי, שלאפן אויף א פרעמדע בעט, וכו' וכו', און די פרויען פארקוקן אויף זייער באקוועמליכקייט און לאזן זייערע מענער פארן, און דארפן זיך אפגעבן מיט זייערע קינדער אליינס אן זייער הילף, און פירן די שבת און יום טוב טישן אליינס אן דעם מאן, און דאס אלעס טוט מען מיט א גרויס שמחה, וויסענדיג אז די אלע שוועריקייטן צאלט זיך אויס בכפל כפלים, נאכן הערן דעם הייליגן רבינס צוזאג צו העלפן די אלע וואס קומען צו אים, אז זיי זאלן האבן א גוט יאר.
דערפאר קומען זיך די טייערע פרויען צוזאם זיך מחזק זיין איינע דעם צווייטן, מען זאל זיך צוגרייטן צום הייליגן יום טוב מיט א גרויסע שמחה, און זיך פרייען אויף די גרויסע זכיה.
א רייכע סאפער וועט סערווירט ווערן ביים פארברענג, עס וועלן זיין הערליכע געשמאקע דרשות, אזוי אויך וועט פארגעשטעלט ווערן א הערליכע שפיל פון וואס אלע פרויען וועלן מיט אייבערשטנס הילף שטארק הנאה האבן.
דער אומאן פארברענג וועט בעז"ה פארקומען מארגן מאנטאג נאכט פרשת נצבים אין ישיבה תפארת התורה ברסלב, אויף 27 סקילמאן סט. אין וויליאמסבורג אום 9:00 אווענט
"ווער עס איז געווען ביי מיר ראש השנה, דארף זיך זייער פרייען" (שיחת הר"ן)