פון ערב יום כיפור האט זיך אנגעהויבן איין לאנגע קייט פון ווארימע דערהויבענע תפילות און דרשות. יום כיפור האט דער ראש ישיבה געדאווענט פארן עמוד און אריינגעברענגט א געוואלדיגע התעוררות אין אלע מתפללים. אזוי אויך האט מען געהערט גאר פייערדיגע דיבורים פאר כל נדרי, ווי דער ראש ישיבה האט אויך ארויסגעברענגט אז מ'זאל נישט זיין קיין עניו און טראכטן אז מיינע תפילות טוען נישט אויף, נאר מ'דארף וויסן אז מיין תפילה איז זייער חשוב ביים אייבערשטן, און יעדע תפילה טוט אויף.
 
נאך יום כיפור האט מען זיך געגרייט צום פרייליכן יום טוב סוכות, מ'האט פארגרעסערט דעם סוכה אין שול בהתנדבות האברך מו"ה אברהם שבתי מזרחי הי"ו. דער אייבערשטער זאל אים באצאלן מיט אלעס גוטס.
 
די ערשטע טעג איז אריבער גאר שיין מיט ווארימע תפילות און לעכטיגע דיבורים פונעם ראש ישיבה וואס האט מחזק געווען זיך צו פרייען מיט די מצות היום, און אויך אסאך ארומגערעדט פון פאלגן דעם רבינ'ס עצות פון כאפן א שפאציר יעדן טאג און רעדן צום אייבערשטן, און אזוי אויך נישט זיין קיין בטלנים, זען אויסניצן די צייט יעדן טאג צו לערנען שיעורים כסדרן.
 
אזוי אויך האט דער ראש ישיבה שטארק ארומגערעדט ביי די קידוש נאכן דאווענען וועגן די וויכיטיגקייט פון האבן שלום בית וואס דאס איז געווען ביים רבי'ן א יסוד. 
 
מוצאי שבת חול המועד איז מען זיך צאמגעקומען אינעם גרויסן סוכה פראווען דעם גרויסן הילולא פון הייליגן רבי'ן. דעם קומענדיגן טאג זונטאג איז פארגעקומען גאר א פרייליכע הכנסת ספר תורה נתנדב געווארן דורך האברך מו"ה אברהם שבתי מזרחי הי"ו. די ספר תורה איז ארויס פון זיין שטוב אויף 78 האשקי, און פון דארט האט מען געטאנצן מיטן תורה ביזן בית המדרש אויף 181 האשקי, יעדער אינגערמאן האט געהאט די זכי' צו טאנצן מיטן תורה, אלע קינדער האבן זיך מיטגעפריידט מיט פאקלען אין די הענט און מיט תורה פענער.
 
דערנאך האט מען געטאנצן אין בית המדרש צוזאמען פאר א לענגערע צייט, די שמחה איז געווען גאר גרויס, מ'האט זיך געפריידט אז מ'האט אזא געשמאקע תורה וואס דער אייבערשטער האט אונז געגעבן.
 
שפעטער איז פארגעקומען א גרויסארטיגע סעודה לכבודה של תורה אינעם גרויסן סוכה ביים חצר הבית המדרש, ווי עס איז אויך פארגעקומען א צווייטע סיום הש"ס דורכן נדבן מו"ה אברהם שבתי הי"ו. ביים דרשה האט דער ראש ישיבה ארויסגעברענגט די אייגענארטיגקייט פון דעם הכנסת ספר תורה אז גלייך נאכן ענדיגן דעם מעמד גייט מען ווייטער צוריק צו די חומש צוריק צו די משניות און גמרא, ס'איז נישט נאר א מעמד פאר אפאר מינוט און דא ענדיגט זיך עס.
 
אזוי איז אריבער די חול המועד טעג מיט געשמאקע תפילות און אזוי אויך שמחת בית השואבה. פון דארט איז מען אריין אין הושענה רבה אנגעהויבן מיט קריאת משנה תורה, דערנאך איז געווען צוגעשטעלט א סעודה. נאכן סעודה האט מען צוזאמען אויסגעזאגט גאנץ תהילים אזוי ווי דער מנהג איז.
 
אינדערפרי האט מען זיך געשטעלט דאווענען אום 9:00 אזייגער, ס'איז זיך צאמגעקומען גאר א גרויסער עולם מיטצוהאלטן דעם דערהויבענעם דאווענען, צווישן יעדע שטיקל פון די הושענות האט דער ראש ישיבה מעורר געווען אויף אן אנדערן ענין, די התעוררות איז געווען גרויס, אלע האבן תשובה געטון און געבעטן דעם אייבערשטן מ'זאל זיך קענען פארגענומען גוטע קבלות. און געבעטן אויף א גוט קוויטל פאר זיך און פאר גאנץ כלל ישראל (מען קען הערן די דרשות אויף "קול ברסלב").
 
דערנאך איז מען אריין אין די פרייליכע צווייטע טעג יום טוב, וואס איז פארגעקומען אין צווייטן זייט שטעטל אויף די ירושלים גאס וואס געפונט זיך ביי טווין ברידזש געגענט. די חשובע גבאים האבן אויפגעשטעלט א גרויסן שאטער כדי ס'זאל זיין גענוג פלאץ צו קענען אקאמאדירן דעם גרויסן ציבור וואס קומען מיטהאלטן די פרייליכע הקפות.
 
ברוך השם אז די וועטער האט מיטגעשפילט נאכדעם וואס אנשי שלומינו האבן געבעטן דעם אייבערשטן דערויף, און מ'האט געקענט גיין און קומען אן זיך דארפן ספראווענען מיט א רעגן אינדערמיט.
 
די הקפות איז געווען עפעס גאר פרייליך און הייליג, מ'האט געקענט זען אז אנשי שלומינו זענען באמת פרייליך מיט די תורה, ס'איז נישט קיין געמאכטע מעשיות וואס מ'טאנצט פאר א שטיק צייט און דערנאך לאזט דאס נאך, ניין! די טענץ און די שמחה האט אנגעהאלטן פון אנהייב די ערשטע הקפות ביזן לעצטן הקפה פון שמחת תורה.
 
דער ראש ישיבה האט במשך די הקפות אריינגעברענגט א געוואלדיגע פרישקייט אין אלעמען און געזען אז מ'זאל טאנצן און זיך פרייען מיט די תורה איש בל יעדר.
 
די הייליגע טעג וועלן געדענקט ווערן פאר א לאנגע צייט, די דרשות פון חיזוק און התעוררות האט זיכער עושה רושם געווען אויף אלעמען, אויפן לאנגן ווינטער וואס קומט, מ'האט זיך גוט אויפגעפרישט די נשמה מיט די אלע תפילות און דרשות וואס מ'האט געהערט פונעם ראש ישיבה שליט"א, און מ'האט זיכער גע'פועל'ט א גוט זיס יאר.