הערליכע פרייליכע חתונה אין היכל הבית המדרש
כה שבט תשע"ט 📝
די וואך מאנטאג אוונט איז פארגעקומען א הערליכע פרייליכע חתונה אין אונזער בית המדרש אין וויליאמסבורג, די פינפטע אזא סארט חתונה וואס קומט פאר אין שול.
עס איז געגאנגען אונטער די חופה הבה"ח לייבי הי"ו בן מו"ה אייזיק אפפעל הי"ו, מחשובי תלמידי הישיבה, עב"ג בת מו"ה יצחק קאפלאן הי"ו.
די חתונה האט זיך אנגעהויבן אום 5 אזייגער נאכמיטאג, ווען דער עולם האט זיך אנגעהויבן צוזאמצוקומען צום קבלת פנים, 6 אזייגער איז מען געגאנגען צו די חופה אין פארנט פון בית המדרש, ביי די לעצטע חתונה האט מען אהערגעשטעלט גאר א שיינע חופה, הערליך ארויפגענייעט מאמרים פון רבי'ן ארום און ארום ווי 'מצוה גדולה להיות בשמחה תמיד' 'קיין יאוש איז גארנישט פארהאנען' א.א.וו. ביי די חופה האבן די פעטערס פונעם חתן שיין געזינגען ווארעמע התעוררות ניגונים.
במשך די חופה זענען די בחורים פון ישיבה געווען פארנומען אין שול, זיי האבן אפגערוימט פונעם קבלת פנים און צוגעגרייט די סעודה.
ווען דער עולם איז אריינגעקומען אין שול נאך די חופה, איז שוין געווען שיין געגרייט די טישן, מיט בילקעס און געפילטע פיש מיט דיפס. ביי די זייט איז געווען צוגעגרייט פיינע הייסע עסנווארג, מיט וואס יעדער האט זיך געקענט אליין מחיה זיין כאוות נפשו.
די עסן ביי די חתונה איז צוגעשטעלט געווארן דורך די פרויען פון אנשי שלומינו, איינע די פיש, א צווייטע די קוגלען, א דריטע די דיפס און סאלאטן, און אזוי ווייטער. און די פליישן ווערט צוגעשטעלט דורך די "בית התבשיל" פון די קהלה, וואס זיי נעמען צוזאם די איבריגע מאכלים וואס בלייבט איבער לרחצה פון שמחה זאלן. און דאס אלעס ווערט צוגעשטעלט אין פלאסטיק געשיר פון די ישיבה.
ביי די חתונה איז נישט געווען קיין שום באצאלטע סארווירער אדער רוימער. ביי די מענער האבן די בחורים פון ישיבה צוגעגרייט און אראפגערוימט, און די זעלבע ביי פרויען האבן די מיידלעך פון די סקול געטוען די אלע ארבעט. און א פרוי פון אנשי שלומינו האבן גענומען די בילדער ביי די פרויען.
אום אכט אזייגער איז דער חתן אריינגעקומען, און די פרייליכע טענץ האבן זיך אנגעהויבן. פרייליכע מוזיק האט געשפילט, וואס איז געווען א פשוטער טעיפ אפגעכאפט פון אנדערע חתונות, און אין זאל האט געהערשט גאר א פרייליכע שטימונג, דער עולם האט געטאנצען און געהאפקעט מיט גרויס שמחה, געוויסע האבן געמאכט פארשידענע קונצן פרייליך צו מאכן, און אזוי ווייטער איז די טאנצן געווען אויף א גאר א פרייליכער פארנעם, און אום 9:45 האט זיך די מוזיק אפגעשטעלט און מ'איז געגאנגען צום בענטשן.
נאכ'ן בענטשן האט זיך אויפגעשטעלט דער "גראמער", דער שמש פון די קהלה, וואס האט אויסגערופן צום מצוה טאנץ מיט א שיינעם "יעמוד יעמוד יעמוד", בלויז די זיידעס, די מחותנים, און צום לעצט די חתן כלה. יעדער פון זיי האט געטאנצן פאר עטליכע מינוט לקראת הכלה, און אום 10:40 איז די חתונה שוין געווארט פארטיג, און אויף עלף אזייגער זענען שוין די טישן און בענקלעך געווען צוריקגעשטעלט אויפ'ן ארט, די שול האט מען שיין אויפגערוימט, ס'זאל זיין גרייט פאר די בחורים וואס וועלן קומען מארגן אינדערפרי לערנען פלייסיג.
דער חידוש פון די חתונות איז שול איז ממש אומבאגרייפלעך, די גאנצע חתונה נאכט האט נישט געקאסט קיין איין פרוטה פאר די מחותנים, און פארשטייט זיך אז ווען די נאכט פון די חתונה איז אומזיסט, קען שוין נישט די איבריגע זאכן ארום און ארום קאסטן צופיל געלט, ווי מ'האט גראדע געהערט פון די פעטערס ביי די יעצטיגע חתונה אז זיי האבן זיך נישט געקענט ערלויבן אויסצוגעבן צופיל געלט פאר קליידער, מאכן די האר, וכדומה, ווייל דעמאלט וואלט די חתונה זיי שוין געקאסט מער ווי פאר'ן מחותן אליין...
די חתונה איז געווען באמת א שיינע פרייליכע חתונה, גארנישט ווייניגער ווי סיי וועלכע אנדערע חתונה, די איינציגסטע זאך וואס האט געפעלט ביי די חתונה איז נאר געווען די חובות... און נאכדערצו אז ס'האט זיך געענדיגט אזוי פרי, א זאך וואס דערלייכטערט גאר שטארק פאר אלע קרובים און משפחה, וואס קענען אנהויבן דעם קומענדיגן טאג ווי געווענליך.
יעדער ווייסט די געפיל וואס מען האט אין מח ווען מ'זעצט זיך אוועק ביי א חתונה נאכ'ן בענטשן צום מצוה טאנץ, "יעצט גייט מען דארפן זיצן מיט געדולד און אויסהערן דעם גראמער פאר די קומענדיגע פאר שעה", קיינער אין זאל ווייסט נישט פארוואס דאס פעלט אויס, דער גראמער זינגט אפ זיינע שיינע גראמען און רומט אויס דעם עולם, אין די צייט וואס יעדער ווייסט אז דאס איז הוילע נארישקייטן, קיינער איז באמת נישט אינטערעסירט דערין.
און ביי די חתונות אין שול, ווען דער עולם הערט דעם 'יעמוד יעמוד' און נאך א האלבע מינוט שטעלט זיך שוין אויף דער ערשטער זיידע צו טאנצן, זעט זיך גאר שטארק אן דעם שמייכל און דערלייכטערונג אויף די פנימ'ער פון די פארזאלמטע. און ביים אויסרופן דעם צווייטן זיידן האט דער עולם שוין געקענט דעם נוסח פונעם "יעמוד", און יעדער האט מיטגעברומט מיט א שמייכל אויפ'ן פנים.
א חתונה אין שול איז באמת נישט קיין נייע זאך, פארקערט, חתונות אין א זאל איז א נייע זאך. אינדערהיים האבן רוב אידן געוואוינט אין קליינע שטעטלעך, וואו ס'איז בכלל נישט געווען קיין זאל און די חתונות זענען פארגעקומען אין הויז אדער אין שול. און ווי ס'ווייזט זיך ארויס קומט יעצט צוריק די אמאליגע אידישע טעם פון א שמחה, וואס האט אלע חן אויף דער וועלט.
איינער האט געמאכט א חשבון אז אויב א נארמאלע באלעבאטישע חתונה קאסט ארום 80 טויזנט דאלער, און מ'טאנצט ביי די חתונה פאר ארום 80 מינוט, קומט אויס אז יעדע מינוט קאסט טויזנט דאלער... ס'איז נישט זיכער צי דער חשבון שטימט פונקטליך ביי יעדע חתונה, אבער דאס איז אמאל זיכער אז כמעט יעדער וואס האט שוין אמאל חתונה געמאכט האט געמוזט אנבארגן געלט עס צו קענען באצאלן, און געווענליך שטימט דארט בכלל נישט דער חשבון ווי אזוי עס וועט ווערן צוריק געצאלט.
צום פינפטן מאל האט זיך יעצט ארויסגעשטעלט אז דאס פעלט בכלל נישט אויס, מ'קען חתונה מאכן פאר ממש קליין געלט, און די חתונה נאכט דארף גארנישט צו קאסטן.
און עס איז צום האפן אז די חתונות וועלן זיין א גוטער ביישפיל אויך פאר אנדערע אידן, וואס וועלן זיך צוכאפן צו דעם געדאנק, און קענען מאכן שמחות מתוך שמחה, אן קיין איבריגע דאגות, חובות און הארץ ווייטאג.
ואת עמודיו חמשה וחשוקיהם זהב!
מען גרייט צו די חופה
מען גרייט צו דאס עסן
קבלת פנים
די פרייליכע ריקודים
די מצוה טאנץ פון ראש ישיבה
דער שמש רופט אויס צום מצוה טאנץ
קליפ: די פרייליכע ריקודים
קליפ: דער ראש ישיבה טאנצט מצוה טאנץ