גאר א שיינער יום טוב איז אריבער אויף אנשי שלומינו דעם סוכות, ווען מיר האבן געשעפט פרישע כוחות און חיזוק פונעם יום טוב, וואס דאס וועט אונז באגלייטן אויפ'ן גאנצן יאר.
עס האט געהערשט א גרויס התעוררות הושענא רבה ביי די תפלות. דער ראש ישיבה שליט"א האט אויפגעטרעטן מיט דברי כיבושין און מעורר געווען אריינצוכאפן זיך אויסצובעטן און זיך איינטענה'ן מיטן אייבערשטן, און אויספועלן א גוט יאר.
אויף די צווייטע טעג יום טוב זענען אריינגעקומען פילע אנשי שלומינו פון אנדערע שטעט מיטצוהאלטן די געהויבענע טעג פון יום טוב אין וויליאמסבורג ביים ראש ישיבה.
די הקפות האט מען געטאנצן מיט גרויס פרייד, מען האט זיך געפריידט מיט די הייליגע תורה, אז מען האט זוכה געווען די גאנצע יאר צו לערנען אסאך די הייליגע תורה, און אז עס קומט א פרישע יאר וואס מען וועט אנפילן מיט אסאך לימוד התורה און מיט מצות ומעשים טובים.
במשך דעם יום טוב האבן מיר געהערט דברות קודש פונעם ראש ישיבה שליט"א. ביי נעילת החג האט דער ראש ישיבה ארום גערעדט אז אזוי ווי עס הויבט זיך אן דער נייער יאר, זאלן מיר זיך נישט לאזן נארן, נאר מיר זאלן אנהויבן מיט א פרישקייט צו לערנען יעדן טאג די הייליגע תורה, און דאן ווען עס וועט קומען דעם קומענדיגן יאר שמחת תורה וועלן מיר זיך האבן מיט וואס צו פרייען אז מיר האבן אנגעפילט דאס יאר מיט גוטע זאכן, און ווען עס וועט קומען דער לעצטער טאג פונעם מענטש וועט ער האבן מיט וואס צו גיין צום טיש, ווייל נאר די תורה און מצות וואס דער מענטש כאפט אריין אויף די וועלט, נאר דאס בלייבט פון אים, און נאר דאס נעמט מען מיט אויף יענע וועלט. ספעציעל - האט דער ראש ישיבה געזאגט - דארף מען זיך פארנעמען צו מעביר סדרה זיין די פרשת השבוע יעדע וואך, א זאך וואס איז ליידער זייער נאכגעלאזט ביי אסאך מענטשן, ווייל מען וויל עס טון דוקא פרייטאג, און מען יאגט נישט אן דאס צו פארענדיגן. האט דער ראש ישיבה געזאגט - זאל מען טון ווי דער שלחן ערוך לערנט אונז, אז פון זונטאג קען מען שוין אנהויבן מעביר סדרה זיין די וואכעדיגע פרשה, אזוי וועט מען עס געקענען באווייזן. זונטאג לערנט מען ביז שני, מאנטאג ביז שלישי, און אזוי ווייטער די גאנצע וואך, און ווען עס קומט סוף וואך האט מען געענדיגט די גאנצע סדרה. אויסער דער חיוב וואס ס'איז דא צו לערנען די פרשה יעדע וואך שנים מקרא ואחד תרגום, איז מען אויך זוכה צו די געוואלדיגע הבטחה וואס חז"ל זאגן צו: "כל המשלים פרשיותיו עם הציבור, משלימין לו ימיו ושנותיו" - אז ווען א איד איז מעביר סדרה, איז ער זוכה צו א גוטע לאנגע לעבן.
דער הערליכער יום טוב האט איבערגעלאזט א שטארקע רושם אויף אנשי שלומינו וועלכע האבן געשעפט פרישע חיזוק והתעוררות צום נייעם יאר.
 
שישו ושמחו בשמחת התורה!