ווען מען קוקט זיך אום אויף די אדווערטייזמענטס אין די אידישע מארקעט זעט מען אז מענטל העלט איז פון די מערסט פארשפרייטסטע עדס אומעטום, יעדער אנאנס וועט דיר צוזאגן גאלדענע גליקן, "פרוביר דער פייף סטעפ מעטאָד פון ראביי פייערבערג וועסט ווערן א נייע מענטש" פארשפרעכט איינער, דער צווייטער לאדענט אלעמען צו קומען הערן א סעריע שיעורים אין א צוועלף סטעפ סעסיע וואס וועט דיר איבערמאכן דיין מוח און דיר געבן דיין געגארטע דאזע פון זעלבסט זיכערקייט. אט קומט אפיר א שרייעדיגע צעטל מיט קידוש לבנה אותיות וואס שרייעט דיר אריין אין אויגן אז יעצט איז דא אן איינמאליגע געלעגעהיינט זיך צו איינשרייבן צו א פופצן וואכן טעלעקאנפערעץ דורכן גרעסטן מומחה אין תורת הנפש וואס וועט ממש איבערמאכן דיין מח, און וועט דיר אויסמעקן אלע דיינע טראומאטישע זכרונות וואס ליגן נאך דארט פון ווען דו ביסט געבוירן און נאך אפילו פארדעם, ער אפפערט נאך א פינף הונדערט דאלער דיסקאונט פאר די ערשטע הונדער מענטשן, וואס איז ממש א שאד צו פארפאסן.
 
דאס ווייזט אונז אז מיר דארפן זיך איבערקלערן וואו מיר שטייען אויף דער וועלט, וואס גייט פאר מיט אונז אז יעדער זוכט סיפוק, אזויפל מענטשן שפירן זיך ליידיג, און אז אזא ריזיער ציבור לויפט נאך עפעס וואס מען קען נישט כאפן, און אז עס איז דא א גאר א גרויסע חלל אין מענטשנ'ס הערצער וואס שפירן זיך ליידיג און צוועקלאז אויף דער וועלט.
 
דערפאר איז זייער באגריסענד די נייע קארטל וואס אנשי שלומינו האבן ארויסגעגעבן אין די טעג וואס וועט אדרעסירן אט דעם נושא, דער קארטל רופט זיך "דריי סטעפ מעטאָד" וואס איז געצילט צו העלפן מענטשן טרעפן זיך אליינס, און קענען וואקסן און שטייגן מיט די ריכטיגע מאס סעלף קאנפידענץ און קענען שפירן סיפוק און קענען פירן א שטוב על מי מנוחות.
 
אויפן צווייטן זייט שטייט די ראשי פרקים וויאזוי דער מעטאד ארבעט, דאס איז א מיטל וואס ארבעט וואונדער, און באווייזט ממש אותות ומופתים, אבער - צום גרויסן אנטוישונג פון די וואס ווילן נאר באקומען אן עצה פאר איינעם וואס מען צאלט אסאך געלט, קאסט עס בכלל נישט קיין געלט, עס געדויערט בלויז איין מינוט, אבער דארף געטון ווערן בתימדות יעדן טאג, פאר די בעסטע רעזולטאטן. מיר וועלן עס דא נאכברענגען: ערשטע שטאפל, נעמט צוואנציג סעקונדעס, מען דאנקט דעם אויבערשטן אויף אידיש פאר אלע זיינע חסדים וואס ער טוט מיט דיר, דער צווייטער שטאפל נעמט אויך בלויז צוואנציג סעקונדעס, מען בעט איבער דעם אויבערשטן אויף מאמע לשון, און מען דרוקט אויס חרטה אויף וואס מען האט געטון, און מען נעמט זיך פאר צו זיין גוט פון יעצט. דער דריטער און לעצטער שטאפל נעמט אויך בלויז צוואנציג סעקונדעס, מען בעט דעם אויבערשטן אויף להבא אויף אלעס וואס מען דארף, און מען רעדט זיך אויס דאס הארץ אויף אלעס וואס באדערט.
 
מומחים וואס האבן דאס פרובירט זאגן אז עס ארבעט אייזן, בפרט אויב מען טוט דאס אין א פלאץ וואו קיינער איז נישט דארט, און נאך מער, צוביסלעך באקומט מען אזא גוטע טעם אין אויספירן דעם מעטאד, אז מען לייגט שוין צו נאך סעקונדעס און מינוט, וואס דאס מאכט עס נאך בעסער ארבעט, וואס דאן באקומען נאך א בעסערע טעם און מויל, און אזוי קייקעלט זיך עס צו א גאר גוטע געשמאקע סייקל פון א פאזיטיווע לעבן מיט אויבערשטן, וואס בעסערס פון דעם קען מען נישט האבן.