הערליכע שבת אין קעמפ מיט הגה"צ ר' יצחק לעזער שליט"א
כב תמוז תשע"ח 📝
דעם פארגאנגענעם שבת קודש איז אפגעראכטן געווארן מיט גרויס שמחה און דערהויבנקייט אין מחנה היכל הקודש אין מאנטיסעלא. יעדן שבת אין קעמפ איז ממש מעין עולם הבא, מען קומט זיך צוזאם פרייטאג צו נאכטס ביי די באטע, מען זינגט אינאיינעם די זמירות מיט הארציגע אידישע ניגונים, און מען הערט דברות קודש פונעם ראש ישיבה שליט"א וואס בלאזט אריין א פרישע גייסט צו קענען אנגיין פאר נאך א וואך. שבת אינדערפרי נאכ'ן דאווענען איז דא א קידוש יעדע וואך, און דער ראש ישיבה שליט"א לערנט פאר סיפורי מעשיות פון הייליגן רבי'ן, געפלאכטן מיט הערליכע שמועסן וואס
מ'קען ארויסנעמען פון די מעשיות וואס זאלן אונז לערנען א וועג אין לעבן. אויך ביי שלש סעודות הערט מען דברי תורה פונעם ראש ישיבה שליט"א וואס זענען כמים קרים על נפש עיפה. און צו באגלייטן דעם שבת קודש קומט פאר יעדע וואך א גרויסארטיגע מלוה מלכה, פילע אידן קומען צו פארן פון נאנט און ווייט מיטצוהאלטן די מלוה מלכה'ס אין קעמפ, מען זינגט די זמירות אינאיינעם, מען זינגט שיינע ניגונים, און מען איז מחיה מיט נאך א דרשה פונעם ראש ישיבה שליט"א.
דעם פארגאנגענעם שבת קודש האבן מיר געהאט די זכיה אז הגה"צ ר' יצחק לעזער שליט"א איז געווען צו גאסט אין קעמפ, דער ראש ישיבה שליט"א האט אים איבערגעגעבן דאס ווארט צו רעדן דברות קודש במשך דעם גאנצן שבת. די בחורים און די אינגעלייט תושבי המחנה האבן געשלינגען מיט דורשט די דברי התחזקות והתעוררות, ווי אויך האט הגה"צ ר' יצחק שליט"א שטארק מחזק געווען אז מ'זאל זיך צוהערן צום ראש ישיבה שליט"א וואס געבט איבער ווייטער דאס וואס מוהרא"ש האט געלערנט אלע יארן, און ער ברענגט עס אראפ פאר יעדן איינעם עס צו קענען מקיים זיין לעובדא ולמעשה, ער האט ארויסגעברענגט פאר די בחורים אז זיי זאלן וויסן און פארשטיין די געוואלדיגע זכיה וואס זיי האבן צו לערנען אין אזא הייליגע ישיבה, און אויב וועלן זיי אויסהערן און פאלגן דעם ראש ישיבה שליט"א וועלן זיי זיכער האבן א גוט לעבן.
די אלע וואס האט מיטגעהאלטן דעם שבת זענען מעיד אז דער געשמאק פון דעם געהויבענעם שבת וועט זיי פארבלייבן אין די ביינער פאר א לאנגע צייט.
השבת נועם הנשמות!