הערליכע שיעור פון ראש ישיבה איבער שידוכים און שמחות
יב חשון תשפ"ג 📝
ווי שוין גוט באקאנט פאר די ליינער פון "ברסלב סענטער" לערנט דער ראש ישיבה שליט"א פאָר עטליכע שיעורים יעדן טאג פאר די בחורים, צוערשט איז דא דער שיעור אין גמרא טעגליך אום 1:30, וואס איז מלא טעם ווי דער ראש ישיבה לייגט אראפ די הייליגע ווערטער פון חז"ל בטוב טעם ודעת, און דערנאך לערט דער ראש ישיבה שליט"א פאר א געשמאקע שיעור אין משניות, וואס דאס ווערט מיטגעהאלטן דורך די בחורים אין ישיבה, און ווערט אויך מיטגעהאלטן דורך הונטדערטע אידן טעגליך אויף די וועבסייט און אויפן טעלעפאן.
דער גולת הכותרת פון די שיעורים איז בלי ספק דער טעגליכער חיזוק שמועס פון סיפורי מעשיות וואס ווערט פארגעלערענט פאר די בחורים פינף אזייגער נאכמיטאג, דער שיעור איז גאר שטארק באקאנט אויף דער וועלט, און אויסער די בחורים פון ישיבה וואס מאכן זיך זיך צו באטייליגן יעדן טאג, קומען כסדר ארויף בחורים פון אנדערע ישיבות אזוי אויך אינגעלייט ווען מען האט נאר א געלעגענהייט, אזוי אויך ווערט עס צוגעהערט דורך די וועבסייטס און די טעלעפאן וואס ווערן טעגליך באלאגערט פון שווערע טויזנטער אידן וואס מאכן זיכער נישט צו פארפאסן קיין שיעור, און שעפן זיך אן פון די התחזקות פון הייליגן רבין וואס ווערט איבערגעגעבן דורכן ראש ישיבה, אויף די וועג וואס ער האט מקבל געווען פון מוהרא"ש זי"ע.
אזוי אויך ווערט יעדן טאג פארשפרייט די "חיזוק יומי", וואס איז אויסצוגן ארויסגענומען פון דעם טעגליכן חיזוק שיעור פאר די בחורים, און ווערט אויך איבערגעטייטשט צו נאך שפראכן וואס מען איז מפיץ דורך פילע וועגן צו צענדליגע טויזנטער אידן טאג טעגליך בלי גוזמא וואס דערקוויקן זיך דאס הארץ דערמיט, און דערמאנען זיך פונעם באשעפער דורך די הייליגע דיבורים.
באמת וואלט מען געקענט שרייבן אן נייעס פון יעדן אייציגן שיעור, וואס איז יעדן טאג פריש און מתוק מדבש, און איז אנגעפילט מיט עצות חיזוק און שכל וואס מען קען נוצן יעדן טאג און יעדע מינוט. אבער אז דער אייבישטער האט געהאלפן אז עס איז געקומען אן עקסטרע ספעציעלע דרשה וואס האט געמאכט א גאר שטארקע רושם אויף די צוהערער, ווי מיר הערן צוריק די גריסן פון די מקשיבי השיעור, איז זיכער וויכטיג מען זאל עס באריכטן און אנמערקן.
פאריגע וואך מיטוואך, טראצדעם וואס דער ראש ישיבה איז נאך געווען אביסל הייזעריג, און האט זיך געדארפט אנשטרענגען צו געבן דעם שיעור, האט דער אייבישטער געהאלפן אז עס איז ארויסגעקומען א שיעור וואס איז שוין לאנג נישט געווען.
דער ראש ישיבה האט אנגעהויבט מיטן פרעגן די בחורים איבער וואס מען זאל רעדן, און ווען איינער האט זיך אנגערופן אז מען זאל רעדן איבערדעם אז "מען זאל זיך נישט קלויבן ביי שידוכים" האט דער ראש ישיבה געזאגט אז דאס איז א גאר וויכטיגע נושא, וואס מוהרא"ש זי"ע האט אסאך גערעדט דערפון.
"דער רבי זאגט אין ליקוטי מוהר"ן" האט דער ראש ישיבה צוגעברענגט "א מענטש דארף ארויסגיין פון כח הדמיון, און קומען צום שכל" מענטשן ליגן אין דמיונות, 'איך גיי האבן אזא שידוך, אזא הויז, אזוי וועלן מיינע קינדער אויסזען'... "וואס איז שכל, און וואס איז דמיון?" האט דער ראש ישיבה געפרעגט "שכל איז אז א מענטש לעבט מיטן אייבערשטן, ער טראכט וואס 'וויל דער אייבישטער אז איך זאל טון'. און דער אייבישטער וויל אז מען זאל חתונה מאכן די קינדער".
דער ראש ישיבה האט נאכגעזאגט פון מוהרא"ש אז מען דארף זיך זייער היטן פונעם גרויסע שונא וואס הייסט "צייט", מען שטופט אפ דעם שידוך אויף מארגן, און דערנאך אויף מארגן, ווייל אפשר דעמאלטס וועל איך טרעפן מיין גליק שידוך, אבער דער מענשט כאפט זיך נישט ווי דאס לעבן גייט דורך זייער שנעל. מוהרא"ש שרייבט אן א שיעור מאל אין אשר בנחל איבער שידוכים "אל תהי בררן" - "זיי נישט קלויבעריש"!
דער ראש ישיבה האט ארומגערעדט איבער דעם וואס מענטשן זאגן אפ שידוכים פאר נארישע סיבות, "וואס איז די כלה'ס משפחה נאמען"? דער ראש ישיבה האט געזאגט, מילא די מיידל רעדט זיך אפ אז דער בחור האט עפעס א מאדנע לעצטע נאמען וואס זי וועט באקומען נאך די חתונה; אבער דער חתן? וואס גייט דיר אָן איר נאמען, זי וועט דאך באקומען דיין "שיינע" נאמען...!
"וויאזוי גייט מען דארט?" - "וויאזוי?" האט דער ראש ישיבה געזאגט "מיט א שמאטע אויפן קאפ...! וואס גייט דיר אן וויאזוי צו וועט גיין אויפן גאס? דו גייסט אפהאלטן א שידוך צוליב דיינע אזוי גערופענען חברים? דו מיינסט אז דו האסט חברים? ווען דיין בעסטע חבר איז נישט נעבן דיר, וואס רעדסטו אונטער זיין רוקן? פונקט אזוי רעדן דיינע "חברים" אונטער דיין רוקן...! אינדערהיים, נאכדעם וואס מען מאכט צו די טיר, גייען אלע פרויען מיט א שמאטע אויפן קאפ..., איינער רופט עס טרובאן, איינער סנוד, איינער שניעל, און איינער שטערן טיכל..."
"איך וויל נישט דעם שידוך - דער בחור אדער מיידל קומען פון א צוטיילטע שטוב", דו ווייסט וויפיל שטובער זענען אומאפיציעל צוטיילט רח"ל נאר זיי ווילן פשוט קענען טון שידוכים מיט די קינדער, ווארטן זיי אויס אויפן "אפיציעלן" גט ביז נאכן חתונה מאכן די קינדער... "קוק אויפן קרן" האט דער ראש ישיבה געזאגט "אז דער קרן איז גוט, כאפ עס, און ענדיג עס אין א מזל'דיגע שעה".
"זיי באקומען תומכי שבת פעקלעך... זיי האבן נישט קיין פרנסה" קען מען הערן א תירוץ. "נעמען א שבת פעקל ווען מען דארף עס האבן איז א בושה? אז דו פאפסט די גאנצע שטאט און דו בויעסט זיך אויף חובות, נאך א קרעדיט קארד, נאך א מארגעטזש, אבי נישט צו לעבן ווי א געזונטע מענטש, מיט דעם דארף מען זיך שעמען!"
פון דא איז דער ראש ישיבה אריינגעפארן איבער דעם מכה אשר לא כתוב בתורה פון לעבן פאר יעדעם, "מילא דו געסט אויס דאס געלט פאר א שטריימל, מעבל, פאר א דירה, וועסט כאטש הנאה האבן פון דיין געלט אפאר יאר, אז דו האסט עס נישט, איז נאך אלץ נישט גערעכט עס צו טון, אבער אזוי נישט מיר נישט דיר אראפּפלאשן עטליכע צענדליגע טויזנטער דאלער פאר "איין נאכט", ביסט אויפן קאפ געפאלן? וואו איז דיין שכל?
דער ראש ישיבה האט פארציילט אז איינער איז אמאל אריינגעקומען ביי א חתונה, ער איז צוגעגאנגען צו איינעם און אים געפרעגט "רבי איד, ווער איז דער בעל שמחה דא", דער איז איז געווען דער מחותן, האט זיך אנגערופן "קום איך וועל דיר ווייזן", ער טראגט אים צו באלעבאס פונעם זאל "ער איז דער בעל שמחה, ער האט היינט געמאכט אסאך געלט, איך בין דער בעל חוב"...
אזוי האט דער ראש ישיבה ארומגערעדט איבער דעם נושא א לאנגע הערליכע שיעור וואס לוינט זיך אויסצוהערן. דער אייבישטער זאל העלפן אז די הייליגע דיבורים זאלן אריינגיין אין אונזערע הערצער, און אזוי וועלן מיר ווערן ערליכע אידן.