מאנטאג נאכט ערב יום כיפור איז פארגעקומען א מורא'דיגער שיינער שיעור פון ראש ישיבה שליט"א אין שטעטל - קרית ברסלב ליבערטי פאר די אינגעלייט, ווי דער ראש ישיבה שליט"א האט גערעדט גאר שטארקע חיזוק ווערטער פאר די טייערע אינגעלייט, זיי זאלן וויסן וואס דער אייבערשטער וויל פון אונז, און געדענקען אייביג פונעם תכלית צו וואס מיר זענען געקומען אויף דער וועלט.
מען האט זיך מחזק געווען מיט די דיבורים פון הייליגן רבין אויפן וועג וויאזוי מוהרא"ש זי"ע האט עס אונז געגעבן, און מיט דעם האט מען זיך צוגעגרייט צום הייליגן טאג יום הקדוש.
 
אי"ה דעם דאנערשטאג נאכט האזינו נאך יום כיפור וועט בעז"ה פארקומען נאך א שיינער שיעור התחזקות פאר אינגעלייט. דער שיעור וועט בעז"ה פארקומען אין ביהמ"ד היכל הקודש אין וויליאמסבורג אויף 27 סקילמאן סט. אום 9:00 ביינאכט, ווי מען וועט בעז"ה הערן שיינע דיבורים פון ראש ישיבה שליט"א וויאזוי מען דארף אויפנעמען די הייליגע יום טוב סוכות, און נישט מאכן פונעם טפל אן עיקר און פונעם עיקר א טפל.