מען האט שוין ברוך השם אנגעהויבן דעם פרישן מחזור פון ש"ס, און אלע בעלי בתים, אינגעלייט און בחורים, האבן זיך אנגעשלאסן מיט א פעסטע קביעות צו לערנען יעדן טאג דעם בלאט.
דער ראש ישיבה שליט"א האט איינגעפירט אין אלע לאקאציעס ווי אנשי שלומינו וואוינען אז מען זאל דארט פארלערנען דעם בלאט דורך מגידי שיעור בעלי הסבר בטוב טעם ודעת, ווי די אינגעלייט זענען זיך מחיה יעדן טאג נאך די ארבעט, און שלינגען מיט דורשט די הייליגע ווערטער פון חז"ל אין די הייליגע גמרא.
דער ראש ישיבה שליט"א אליינס לערט פאר דעם בלאט גמרא א טאג פריער מיט א שטארקע קלארקייט, און מען לייגט עס ארויף אויפן וועבסייט, אזוי אז אלע אידן און מגידי שיעור זאלן זיך קענען פארקוקן, און מען זאל שוין קענען מיטהאלטן דעם שיעור גלייך אינדערפרי דעם נעקסטן טאג אפילו אין די ווייטע שטעט אין אויסלאנד ווי עס ווערט פריער טאג.
פאלגענד איז א ליסטע פון די שיעורים אין אלע געגענטער.
וויליאמסבורג, דורכן ראש ישיבה שליט"א, אין ביהמ"ד היכל הקודש ברסלב, 27 סקילמאן סט. אום 8:00 אינדערפרי.
קרית יואל, מגיד שיעור מו"ה יעקב הלל פארקאש, אין בית המדרש היכל הקודש ברסלב, 8 היעס קאורט. טעגליך 8:30 אווענט.
מאנסי, מגיד שיעור מו"ה שאול גאנץ, אין ביהמ"ד היכל הקודש ברסלב, 32 דאלסאן סט., זונטאג אום 10:30 אינדערפרי, טעגליך מאנטאג ביז דאנערשטאג, 7:30 אווענט, און פרייטאג אום 8:00 אינדערפרי.
בארא פארק, מגיד שיעור הרה"ג ר' יונה זינגער שליט"א, אויף 4615 14 עוו. (צווייטע שטאק - ווייבער שול) אום 9:15 אוונעט.
קרית ברסלב ליבערטי, אין ארטיגן בית המדרש - מו"ה הערשל שניטצלער, אום 5:30 פארטאגס, מו"ה יוסף שניטצלער, אום 8:30 ביינאכט.
בלומינג גראוו, מגיד שיעור הר"ר בערל לעווי שליט"א, טעגליך אום 8:45 אווענט.
שיעור אין ענגליש: אין כולל היכל הקודש אין וויליאמסבורג, דורך הרב יעקב לעססער שליט"א, אום 10:00 פארמיטאג
דער שיעור וואס ווערט פארגעלערענט טעגליך דורכן ראש ישיבה שליט"א