הערליכע שמחת בר מצוה פון א זון פונעם ראש ישיבה שליט"א
ב אלול תשע"ז 📝
דעם פארגאנגענעם דאנערשטאג (פ' שופטים) איז פארגעקומען די הערליכע שמחת בר מצוה פון הבחור החשוב אלחנן חיים ראטה ני"ו, א זון פונעם ראש ישיבה שליט"א.
די בר מצוה איז פארגעקומען בבית מדרשו פונעם גרויסן זיידן פונעם ראש ישיבה, כ"ק גאב"ד קארלסבורג שליט"א, וואס האט באשיינט די שמחה.
דער בית המדרש איז געווען איבערגעפולט מיט געסט, די קרובי המשפחה מיט פילע אנשי שלומינו פון נאנט און ווייט, וועלכע זענען געקומען זיך משתתף זיין ביי די שיינע שמחה.
ביי די סעודה האט מען געהערט דברי תורה פון הרה"ג מוה"ר מרדכי אהרן מייזליש שליט"א, דער שווער פונעם ראש ישיבה, וואס האט שיין ארומגערעדט טרעפליכע דיבורים לכבוד די שמחה. דערנאך האט דער ראש ישיבה אויפגעטרעטן מיט דברי תורה און מכבד געווען דעם חתן הבר מצוה צו זאגן דעם פשעטל.
נאכ'ן זאגן דעם פשעטל האט גערעדט דער חשובער זיידע הרה"ג מוה"ר משה ראטה שליט"א, דומ"ץ קארלסבורג, וואס האט א לענגערע צייט מאריך געווען מיט הערליכע דברי תורה, מיט הדרכות פאר'ן בר מצוה בחור ווי אזוי ער זאל אויסנוצן זיינע טעג און יארן ווי עס דארף צו זיין, מיט דברי ברכה פאר זיין זון, דער ראש ישיבה שליט"א, אז ער זאל ווייטער קענען ממשיך זיין מיט די עבודת הקודש צו מחזק זיין אידישע קינדער און זיי דערנענטערן צום אייבערשטן.
אחרון אחרון חביב האט מען געהאט די זכיה צו הערן דברות קודש פונעם גרויסן זיידן, דער קארלסבורגער רב שליט"א, וואס האט גערעדט דברי תורה און דברי ברכה.
מען האט געזינגען שיינע ניגונים לכבוד די שמחה, און נאכ'ן בענטשן איז דער עולם זיך צוגאנגען מיט א דערהויבנקייט, בלייבנדיג אונטער די איינדרוק פון די הערליכע שמחה.
דעם קומענדיגן טאג, פרייטאג אינדערפרי, איז דער ראש ישיבה אריבערגעגאנגען מיט'ן בר מצוה בחור צום גרויסן זיידן, דער קארסלבורגער רב שליט"א, צו לייגן תפלין צום ערשטן מאל. א געפיל פון העכערקייט האט זיך געשפירט אין שול ווען דער רב האט ארויפגעדרייט די תפלין אויפ'ן האנט פונ'ם בר מצוה בחור, און דערנאך אים אנגעטון די תפלין של ראש.
נאכ'ן דאווענען האט מען געגעבן לחיים, און דער רב האט געזאגט שיינע דברי ברכה.
ומשפע מצות תפלין יתמשך עלי חיים ארוכים ושפע קודש!
צו זען די ווידיא דרוקט דא
צו זען די בילדער דרוקט דא