פון: גרשון קרעמער
 
פארגאנגענעם ב' דחול המועד סוכות, י"ח תשרי, איז געווען דער יארצייט פון אבינו רועינו, דער צדיק יסוד עולם רבינו הקדוש מברסלב זי"ע. אנשי שלומינו האבן זיך פארזאמלט אין שטעטל אין ליבערטי, אינאיינעם מיטן ראש ישיבה שליט"א, אפצורעכטן דעם יארצייט.
 
א גרויסער עולם איז געקומען פון נאנט און ווייט; מען איז זיך צוזאמענגעקומען אין דער גרויסער סוכה נעבן בית המדרש, וואו מען האט זיך געוואשן צו א סעודת הילולא, כדי איבערצו'חזר'ן און זיך אויפצופרישן מיט זיינע הייליגע עצות און לימודים.
 
ביי דער סעודה האט דער ראש ישיבה שליט"א געזאגט א הערליכן שמועס. ער האט בתוך הדברים דערציילט די מעשה וויאזוי דער רבי איז געווארן דער רבי. דער רבי האט געזאגט אז נישט ווייל ער איז אן אייניקל פונעם בעל שם טוב און פונעם הייליגן רבי נחמן הארידענקער איז ער צוגעקומען צו וואס ער איז צוגעקומען; אפילו אויב ער וואלט געווען א זון פון א וואסער-טרעגער, וואלט ער אויך צוגעקומען צו זיינע גרויסע מדריגות.
 
דער רבי האט אונז אויסגעזאגט דעם סוד וויאזוי ער איז אויסגעוואקסן אזוי גרויס. דער רבי איז אויפגעצויגן געווארן אין דעם שטוב וואו דער בעל שם טוב האט פריער געוואוינט אין מעזיבוזש. די גרויסע תלמידים פלעגן כסדר קומען קיין מעזיבוזש צום ציון, און זיי פלעגן זיך דארט אפשטעלן זיך אפריען און דערכאפן דאס הארץ ביי זיי אין שטוב. אלס קליין קינד איז ער געזעסן אונטערן טיש און געהערט ווי די גרויסע צדיקים דערציילן מעשיות פונעם הייליגן בעל שם טוב. איינמאל האט ער געהערט ווי זיי דערציילן וויאזוי דער בעל שם טוב איז צוגעקומען צו זיינע מדריגות: ווען דער בעל שם טוב איז געווען א קליין קינד פון בלויז פינף יאר אלט, האט זיין טאטע - וואס איז שוין דאן אלט געווען הונדערט יאר - געפילט אז ער גייט שוין אוועק פון דער וועלט. ער האט צוגערופן זיין קליין קינד צו זיך און אים געזאגט: "ישראליקל, איך דארף שוין אוועקגיין פון דער וועלט, אבער האב נישט קיין מורא, דו בלייבסט נישט אליין. געדענק, דער אויבערשטער איז שטענדיג מיט דיר, און אלעס וואס דו דארפסט זאלסטו בעטן פונעם אויבערשטן." אזוי ארום איז דער בעל שם טוב אויפגעוואקסן.
 
איין טאג איז ער ארויס שפאצירן אין וואלד און גערעדט צום אויבערשטן. פלוצליג באגעגנט ער אן אלטן איד מיט א לאנגער ווייסער בארד, וואס האט אויסגעזען ווי א הייליגער מענטש, און ער האט אים פארגעהאלטן: "אינגעלע, וואס טוסטו דא אליין אין וואלד!?" האט אים דער קליינער ישראליקל געענטפערט: "איך בין נישט אליין, איך בין מיטן אויבערשטן, איך רעד צו אים." זאגט דער איד: "וואס, דו רעדסט צום אויבערשטן? מיינסטו אז ער איז נאך דא? ער איז דאך ווייט אין הימל!"
 
ווען דער בעל שם טוב האט דאס געהערט, האט ער גענומען א שטעקן און אים געשלאגן און געשלאגן, ביז עס איז גארנישט געווארן פון אים; ער האט געזען אז דאס איז געווען דער סמ"ך מ"ם וואס האט אים געוואלט אוועקשלעפן פון זיין אמונה.
 
די מעשה האט דער הייליגער רבי געהערט אלס קליין קינד, און דאס האט אים באגלייט זיין גאנץ לעבן. דעם לימוד האט ער געלערנט מיט זיינע תלמידים זיין גאנץ לעבן, אז עס איז דא נאר איין עצה פאר יעדע פראבלעם: בעטן דעם אויבערשטן, דאנקען דעם אויבערשטן און איבערבעטן דעם אויבערשטן.
 
און דאס – האט דער רבי געזאגט – איז די סיבה פארוואס עס איז דא אזא התנגדות אין דער וועלט אויף ברסלב. חז"ל זאגן אונז שוין אויפן פסוק "כרום זלות לבני אדם" (תהלים י"ב, ט'): "אלו דברים שעומדים ברומו של עולם ובני אדם מזלזלין בהן" (ברכות ו ע"ב), און רש"י מסביר דארט: "כגון תפלה". תפילה איז איינע פון די זאכן וואס שטייען אין די העכסטע ספערן פון דער וועלט, אבער מענטשן זענען מזלזל דערין; דעריבער פארשטייען מאנכע נישט די חשיבות פון ברסלב.
 
דער ראש ישיבה האט געענדיגט אז מען זאל זיך מחזק זיין מיט'ן לערנען דעם רבינ'ס ספרים, און בעטן דעם אויבערשטן מען זאל קענען מקיים זיין אלעס וואס עס שטייט דערין, ווייל אזוי וועלן מיר זיין אמת'ע ערליכע אידן.
 
נאכ'ן בענטשן זענען אלע אריבערגעגאנגען אין בית המדרש, וואו מען האט געטאנצט א לאנגע צייט לכבוד שמחת בית השואבה.

 
פאר קאמענטארן אדער שאלות ביטע רופט אדער טעקסט 845-445-7447 אדער שיקט אן אימעיל צו askgershon@gmail.com.