הערליכער ל"ג בעומר אין שטעטל מיט'ן ראש ישיבה שליט"א
יט אייר תשפ"ו 📝
עס איז שווער צו שילדערן מיט ווערטער דעם הערליכן ל"ג בעומר וואס מיר האבן איבערגעלעבט אין שטעטל, אבער מיר וועלן פרובירן אראפצולייגן אין שריפט דאס וואס מיר האבן מיטגעהאלטן נעכטן, ווען מיר האבן געהאט די זכיה אז דער ראש ישיבה שליט"א האט געפראוועט מיט אונז דעם שיינעם יום טוב ל"ג בעומר.
שוין א לאנגע צייט בעפאר האבן די גבאים אריינגעלייגט אומגעהויערע כוחות אהערצושטעלן דעם מעמד אויפ'ן בעסטן אופן. ווי די גבאים געבן איבער, איז דער יום טוב אריבער פיל שענער און בעסער ווי זיי האבן געפלאנט; דער אויבערשטער האט אלעס געפירט אזוי שיין, און עס איז געלונגען אויף א פיל שענערן וועג ווי זיי האבן זיך נאר געקענט פארשטעלן.
אין די נאכמיטאג שעה'ן האט זיך שוין אנגעזען א גרויסער פארקער פון קארס וואס האבן אנגעהויבן קומען פון נאנט און ווייט. עס זענען געקומען פילע אידן פון גאנץ גרעיטער ניו יארק, און אפילו פון אזוי ווייט ווי קאנאדע. מען איז צוגעפארן צו איינע פון די צוגעגרייטע פארקינג ערטער, פון וואו שאטל באסעס האבן אפגעפירט דעם ציבור צו די האשקי גאס וואס פירט צום בית המדרש. די גאס איז געווען גענצליך אפגעשפארט פאר קארס, א זאך וואס האט זיך ב"ה זייער גוט אויסגעארבעט.
אין בית המדרש איז געווען צוגעגרייט א שיינע געשמאקע סעודה מיט חלות, פיש, פלייש און ווארעמע מאכלים. דער ציבור האט זיך געוואשן צו דער סעודה, און מען האט געזען אנשי שלומינו אויסנוצן די צייט אינצווישן אריינצוכאפן די שיעורים: חומש רש"י, משניות, זוהר, תיקוני זוהר און אזוי ווייטער. צום ערשט זענען פארגעקומען די סיומים אויף זוהר און תיקוני זוהר; מען האט אויסגערופן די אלע וואס האבן געמאכט סיומים, אריינגערעכנט דעם ראש ישיבה וואס האט מסיים געווען זוהר. פילע אינגעלייט און בעלי בתים, כאטש זיי זענען פארנומענע מענטשן, האבן זוכה געווען מסיים צו זיין דעם הייליגן זוהר און תיקוני זוהר. אזוי אויך כולל אינגעלייט, וואס לערנען א גאנצן טאג בעיון גמרא, תוספות און הלכה, האבן זיך געמאכט צייט צו לערנען דעם הייליגן לימוד פון רבי שמעון בר יוחאי. אזוי אויך האט הר"ר יעקב משה אינדארסקי שליט"א זוכה געווען צו מאכן א סיום צום ערשטן מאל אויף זוהר הקדוש, וואס האט אלעמען מעורר געווען; אז אויב א איד מיט א ווייסע בארד האט געקענט אנהייבן און ענדיגן יעצט דאס ערשטע מאל, קענען די אינגערע זיכער.
דערנאך האט מען געהאט די זכיה צו הערן דברות קודש פונעם ראש ישיבה שליט"א, וועלכער האט ארויסגעברענגט פארוואס דער טאג ל"ג בעומר איז איבעראל אנגענומען אלס א גרויסער טאג – א זאך וואס מען זעט נישט ביי קיין שום אנדערן צדיק. עס זענען דא צדיקים וואס מען פראוועט זייער יארצייט בלויז אין א געוויסן קרייז אדער אין געוויסע לענדער, אבער ביי רשב"י איז עס איבעראל: חסידים, ליטאים, אשכנזים, ספרדים און אזוי ווייטער. דאס איז ווייל רבי שמעון האט איבערגעלאזט עפעס וואס א דאנק אים קענען מיר ווייטער אנגיין אין לעבן. ווי דער רבי שרייבט אין די ערשטע תורה פון ליקוטי מוהר"ן, אז רבי שמעון האט געזאגט "לא תשתכח תורה מישראל" ווייל עס שטייט "כי לא תשכח מפי זרעו"; זאגט דער רבי אז די סופי תיבות פונעם פסוק וואס רבי שמעון ברענגט איז "יוחאי", וואס דאס מרמז אז דורך רבי שמעון – דער זון פון יוחאי – וועט מען האבן א קיום אין גלות, ווייל דורך דעם ספר זוהר הקדוש וועלן מיר אויסגעלייזט ווערן פונעם גלות. דער ראש ישיבה האט געזאגט אז אלע זיסע עצות וואס דער רבי אנטפלעקט אונז, שטאמען פונעם זוהר הקדוש: דאס רעדן צום אויבערשטן, זיך פרייען מיט יעדע מצוה, מיט פשטות יהדות, דער סדר דרך הלימוד, שלום בית, און אזוי ווייטער. אלעס זעט מען אינעם זוהר הקדוש, וואס דער הייליגער רבי לערנט דאס אויס פאר אונז פשוט'ע מענטשן, כדי מיר זאלן אויך קענען זיין נאנט צום אויבערשטן און האבן א גוט לעבן.
דער ראש ישיבה האט געזאגט אז עס איז זייער כדאי אז יעדער זאל זיך מאכן א שיעור צו זאגן זוהר און תיקוני זוהר; מען דארף עס נישט פארשטיין, בלויז זאגן די ווערטער איז מקדש און מטהר א מענטש. מיט דער צייט וועט מען שוין פארשטיין, און אפילו אויב נישט, איז אויך גארנישט, ווייל אין הימל וועט מען שוין לערנען מיט א מענטש דאס וואס ער האט זוכה געווען צו זאגן דא אויף דער וועלט.
דערנאך האט דער ראש ישיבה שליט"א זייער געבעטן אנשי שלומינו מיט טרערן אין די אויגן מען זאל זיך איבערקלערן איבער דעם וואס מען ברענגט אהיים א טעלעפאן. "וועלכע רב האט דיר דאס מתיר געווען?", האט דער ראש ישיבה געפרעגט מיט ווייטאג. ער האט געזאגט: דו רעדסט זיך איין אז פאר מיר וועט דאס שוין נישט שאטן, וואס איז אויך נישט אמת, אבער וואס וועט זיין מיט דיינע קינדער? באלד טרעפסטו זיך מיט א בחור און דו קומסט וויינען אז דיין בחור האט זיך געשאפן א טעלעפאן און דו ווייסט נישט וואס צו טון.
דערנאך האט מען געבענטשט און מען איז ארויס צום מעמד ההדלקה. די גבאים האבן צוגעגרייט א הערליכע הדלקה אויף א הויכע פלאטפארמע, וואו מען האט אנגעגאסן די פילע שטיקער וואטע מיט שמן זית, און דער ראש ישיבה האט אנגעצינדן די הדלקה מיט גרויס שמחה. דעמאלטס האבן די בעלי מנגנים געשפילט די הערליכע נאסטאלגישע מירונ'ער ניגונים, צו וואס דער ציבור האט געטאנצן מיט גרויס שמחה און התעוררות. אנשי שלומינו האבן אויסגענוצט די געלעגענהייט זיך אויסצובעטן אלעס גוטס און צו דאנקען דעם אויבערשטן אויף זיינע פילע חסדים.
דער ציבור האט פארלאזט דעם מעמד מיט א גרויסע התעוררות וואס מען נעמט מיט אויף ווייטער, צו לעבן מיט די עצות וואס דער הייליגער תנא האט אונז איבערגעלאזט.
תורתו מגן לנו היא מאירת עינינו, הוא ימלץ טוב בעדנו.