א הערליכער מעמד סיום הש"ס אין היכל הקודש ברסלב - פרעמישלאן
טו חשון תשפ"ז 📝
פון: גרשון קרעמער
א ספעציעלע שמחה האט געהערשט דעם פארגאנגענעם שבת קודש אין ביהמ"ד היכל הקודש ברסלב (פרעמישלאן וועי) אינעם עצי תמרים געגנט, ווען ביי שלש סעודות האט איינער פון די חשוב'ע מתפללים, מו"ה שרגא לעבאוויטש הי"ו – מחשובי אנשי שלומינו אין קרית יואל – געפראוועט א סיום הש"ס.
עס איז געווען א טאפלטע שמחה אינעם בית המדרש, ווען אויסער דעם סיום הש"ס איז אויך פארגעקומען ביי שלש סעודות די שמחת השבע ברכות פונעם חשוב'ן מחותן מו"ה יצחק יונה זאבעל הי"ו – וואס די לייענער קענען אים אפשר בעסער מיט'ן נאמען "גרשון קרעמער" – אינאיינעם מיט זיין מחותן מו"ה חיים הערש לעווי הי"ו.
דער גבאי פונעם בית המדרש, הר"ר יואל טייטלבוים שליט"א, האט אויפגעטרעטן מיט פאסיגע דיבורים ביי שלש סעודות לכבוד די גרויסע שמחה פונעם סיום הש"ס און לכבוד די שמחת חתן וכלה. ביי ברכת המזון האט מען מכבד געווען דעם מסיים מו"ה שרגא מיט אלע שבע ברכות לכבוד התורה. נאכ'ן בענטשן איז דער עולם ארויס אין פרייליכע ריקודין לכבוד דעם גרויסן סיום און לכבוד די שבע ברכות.
דער מסיים ר' שרגא האט אנגעהויבן לערנען ש"ס בערך צוויי יאר צוריק; ער האט זיך ארויפגעזעצט אויף די "ש"ס באן" און איז מיטגעפארן בלאט נאך בלאט, טאג נאך טאג, אן קיין טומל. צוביסלעך צוביסלעך האט ער זיך דערזען אז מ'האט געענדיגט גאנץ ש"ס!
דער הייליגער רבי ז"ל האט שטארק מחזק געווען אנשי שלומינו מ'זאל לערנען אסאך און לערנען כסדרן. דער רבי האט געוואלט מ'זאל גיין ווייטער אפילו אויב מ'פארשטייט נישט, זאגנדיג אז ווער עס לערנט אזוי, וועט אנקומען צו גאר אסאך אין א קורצע צייט.
מ'דארף נישט קיין שום ראיות דערויף; מ'זעט דאך אז א סיום הש"ס אין היכל הקודש איז נישט קיין זעלטנהייט. ברוך השם, מ'הערט כסדר פון נאך א אינגערמאן און נאך א בחור וואס ענדיגן ש"ס, ס'איז ב"ה ממש נישט קיין נייעס. אבער מיט דעם אלעם איז עס וויכטיג צו באריכטן, ווייל אפשר וועט זיך נאך א איד וואס לייענט די שורות אויפוועקן און דאס נאכמאכן, און אויך זוכה זיין מסיים צו זיין ש"ס.
טייערע לייענער, די באן פארט ווייטער. ס'איז נאכנישט צו שפעט, מ'קען זיך נאך מיטכאפן. קום ארויף, כאפ דיך מיט! אויב וועסטו לערנען יעדן טאג א בלאט, וועסטו זיך אליין נישט גלייבן אין א פאר יאר ארום ווי ווייט דו ביסט אנגעקומען.
מיר ווינטשן א הארציגן מזל טוב פאר די בעלי שמחה און זייערע משפחות: פאר ר' שרגא הי"ו, ער זאל זוכה זיין אז זיין קשר מיט די תורה זאל זיין א קשר של קיימא; און פאר די חשוב'ע מחותנים, ר' יצחק יונה און ר' חיים הערש, אז זיי זאלן זוכה זיין צו אסאך נחת פון דעם פרישן פארפאלק. און אלע אונזערע לייענער זאלן זוכה זיין אנצופאנגען און ענדיגן נאך אסאך מסכתות און ספרים, און זען נחת ביי די קינדער.
אשרי מי שבא לכאן ותלמודו בידו
פאר קאמענטארן אדער שאלות ביטע רופט אדער טעקסט 845-445-7447 אדער שיקט אן אימעיל צו askgershon@gmail.com.