גרשון קרעמער
 
בחסדי השם יתברך זענען מיר שוין דורכגעגאנגען דעם פרייליכן יום טוב פורים; מיר האבן זיך באנייט "הדר קבלוה ברצון" און זיך אויפגעפרישט מיט א נייעם "רצון", און יעצט נעמען מיר מיט די אלע הייליגע השפעות אויף ווייטער.
 
תיכף פונעם יום טוב פורים טאנצט מען שוין אריין צום קומענדיגן אור, די הייליגע ערב פסח טעג. דאס זענען פרייליכע, זיסע און געשמאקע טעג, וואס מען נוצט אויס אויסצורוימען דעם "חמץ" און דעם זויערטייג. מען ווארפט אוועק אלע חכמות און יעדע סארט זויערקייט, כדי מיר זאלן זוכה זיין אנצוקומען צום הייליגן און לעכטיגן יום טוב פסח – דער חג האמונה און חג החינוך. מיר וועלן אלע אנהייבן מיט שמחה און ליבשאפט איבערצוגעבן פאר די קינדער די זיסע אמונה וואס מיר האבן מקבל געווען פון אונזערע עלטערן, און פארציילן פאר די קומענדיגע דורות אז "פקוד יפקוד אלקים אתכם" – דער אויבערשטער האט ענק נישט פארגעסן, ער איז דא מיט אונז. אויב מיר וועלן טון די עצה וואס אונזערע עלטערן האבן געטון, "ונצעק אל ה' אלהי אבתינו", מיר וועלן שרייען צום אויבערשטן. וואס וועלן מיר שרייען צו אים? דאס וואס עס דרוקט אונז באמת. דעמאלטס וועט זיין "וישמע ה' את קלנו", דער אויבערשטער הערט אונז אויס, און "וירא את ענינו ואת עמלנו ואת לחצנו", ער זעט וויאזוי מיר פלאגן זיך.
 
חז"ל זאגן "ואת עמלנו אלו הבנים". מיר לעבן היינט אין א מצב פון "ואת לחצנו", מען איז סטרעסט און מען ווייסט נישט שטענדיג וויאזוי זיך אומצוגיין מיט די קינדער. דעמאלטס ווערט עס א בחינה פון "עמלנו אלו הבנים", מען פילט אז מען פלאגט זיך און מען פארשטייט נישט פארוואס זיי הערן נישט אדער פארוואס זיי פאלגן נישט.
 
דאס קומט אונז דער ראש ישיבה לערנען, אז עס איז דא א זיסע וועג מיט די קינדער, א וועג וואס איז געשמאק און זיס. די גרעסטע הנאה וועט זיין זיך אפצוגעבן מיט די קינדער נאכדעם וואס מיר וועלן הערן און פאלגן די עצות פונעם הייליגן רבי'ן. דערפאר געבט זיך דער ראש ישיבה שליט"א אזויפיל אפ מיט די קינדער, ווייל דאס איז דער עיקר, "אם אין גדיים אין תיישים"; און פארקערט אויך, אויב מען לייגט אריין אמונה און יראת שמים אין די קינדער אינגערהייט, וועט מען זוכה זיין צו שיינע לעכטיגע דורות ווייטער בסייעתא דשמיא.
 
דערפאר איז א געוואלדיגע נייעס דער נייער וועכענטליכער גליון "א מעשה'לע", וואס ווערט הערליך אהערגעשטעלט דורך מו"ה ישראל העסקל הי"ו. אינעם גליון ווערט אראפגעלייגט א מעשה פון א צדיק דערציילט דורכ'ן ראש ישיבה שליט"א אויף א ציענדיגן וועג, כדי די קינדער זאלן וויסן פונעם אויבערשטן שוין פון אינגווייז אן. דאס איז נישט סתם א מעשה, נאר עס איז געשריבן אויף אן אופן וואס וועט אריינברענגען אין די קינדער תמימות, ריינקייט, קדושה, אמונה, יראת שמים און גוטע מידות.