א פרישע אור איז אראפגעקומען אויף דער וועלט פון בחורים, מיט'ן ערשיינונג פונעם גליון "בחור'ל", וואס דער נאמען אליינס זאגט שוין אלעס: א גליון געווידמעט פאר בחורים, און זייערע שאלות און נסיונות.
 
דער גליון ווערט ארויסגעגעבן דורך מו"ה שמעון עוזר מיטלמאן הי"ו פון מאנסי, וואס לייגט אריין אסאך צייט און מיה אויסצוקלייבן און מסדר זיין תוכן ספעציעל צוגעפאסט פאר בחורים, בריוו פון הדרכה, ענטפערס אויף שאלות וואס מאכן זיך ביי בחורים, חיזוק און הדרכה וויאזוי אויסצונוצן די וויכטיגע תקופה אין לעבן. אלעס ווערט צוגעגרייט שיין, געשמאק און מסודר, אז עס זאל רעדן צום הארץ.
 
דער הייליגער רבי איז אן אור וואס דער אויבערשטער האט אראפגעשיקט מיט איבער צוויי הונדערט יאר צוריק, וואס רעדט צו יעדן איד באשר הוא שם. זאל עס זיין דער גרויסער בעל מדריגה וואס לעבט פיר און צוואנציג שעה מיט'ן אויבערשטן, דער הייליגער רבי ווייזט אים וויאזוי ער קען זיין אן ערליכער איד, ער זאל נישט פארגעסן וואס דער עיקר ציל איז, ער זאל נישט דינען זיך אדער זיינע ארומיגע, ער זאל אויסנוצן זיינע כחות און טאלאנטן צו דינען דעם אויבערשטן. אין די זעלבע צייט האט דער רבי א שפראך צו איינעם וואס שפירט זיך דערנידערט, ער שפירט נישט ווי ער האט א פלאץ אויף דער וועלט, ער ווייסט נישט פארוואס ער שטייט אויף און פארוואס ער גייט שלאפן. דער רבי ווייזט אים אויף אז דער אויבערשטער דארף אים, טאקע אזוי ווי ער זעט אויס. לייג תפילין, היט שבת, רעד א ווארט צום אויבערשטן, לערן א פרק משניות, וועסט זען ווי דו וועסט זיך שפירן א נייע מענטש, וועסט שוין וויסן וואס דו זוכסט אויף דער וועלט.
 
מוהרא"ש פלעגט אלץ זאגן אז זיין עיקר שליחות איז מחזק זיין בחורים, ווייל קיינער פארשטייט נישט די נסיונות וואס א בחור גייט דורך. מען קען אים גרינג אוועקמאכן: "זעץ דיך לערנען און דריי נישט קיין קאפ". אבער א בחור דארף א גוט ווארט, איינער וואס זאל אים פארשטיין און אים ווייזן די וועג וויאזוי צו נוצן זיינע כחות אין די טייערע יארן, אז זיי זאלן אים אויפבויען און צוגרייטן צו לעבן אויף א געזונטע און ערליכע וועג.
 
דער ראש ישיבה שליט"א גייט ווייטער אויף דעם וועג. ער געבט זיך אינגאנצן אוועק פאר די טייערע בחורים, ער בויט זיי אויף און געבט זיי קלארע עצות אין יעדן פרט. די רעזולטאטן רעדן אליין: טויזנטער תלמידים לעבן היינט א לעבן פון ישוב הדעת און אמונה. א טייל האבן געלערנט אין ישיבה בפועל, אנדערע האבן געלעבט דערמיט פון דערווייטענס דורך לערנען די בריוו און הערן שיעורים. היינט זענען זיי טאטעס, בעלי בתים, מלמדים אדער ארבעטער, אבער וויאזוי עס זאל נישט זיין – לעבן זיי א לעבן מיטן אויבערשטן, שמחת מצוות, שיעורים קביעות און א ריינע און קלארע אמונה.
 
דאס איז דער ציל פונעם נייעם גליון "בחור'ל": צו ברענגען די ליכטיגע עצות און הדרכה צו יעדן בחור, וואו נאר ער געפינט זיך. לאקאל אדער אויסלאנד, אין ישיבה אדער אינדערהיים, יעדער בחור קען עפענען דעם גליון און געפינען דארט א ווארט וואס רעדט צו אים פערזענליך.
 
 
דערפאר איז אונז א גרויסע שמחה צו מיטטיילן איבער דעם ערשיינונג פונעם נייעם גליון וואס וועט זיכער מזכה זיין נאך אסאך אידן מיט תורה, אמונה, חיזוק, מידות טובות און שמחת המצוות.