הערליכער סיום געפראוועט אין היכל קודש בלומינג גראוו
יב כסלו תשע"ח 📝
א שיינע ציבור אנשי שלומינו פון קרית יואל והגלילות זענען זיך נעכטן צוזאם געקומען צום סיום פון מסכות מכות וואס ווערט פארגעלערענט דארט אין ביהמ"ד.
דער טעגליכער שיעור פון א בלאט גמרא א טאג ווערט פארגעלערנט יעדע נאכט מיט א מורא'דיגע געשמאק אום 8:45 דורך הר"ר בערל לעווי שליט"א און דויערט בערך א האלבע שעה, און ציעט צו זיך אסאך אנ"ש פונעם גאנצן געגענט.
נעכטן איז מען זיך צוזאם געקומען צום סיום, וואס איז געפראוועט געווארן אויף א באשיידענעם פארנעם, מ'האט געזונגען שיינע ניגונים פון אהבת התורה, ווען אינמיטן האבן מען געהאט אן אנגענעמען איבעראשונג, דער ראש ישיבה שליט"א האט געמאכט א סופרייז באזוך. דער ראש ישיבה האט געזאגט אז עס אים א געוואלדיגע שמחה צו הערן אז די תלמידים – כאטש זיי וואוינען שוין נישט נעבן די ישיבה – האלטן זיך אינאיינעם, און קומען זיך צוזאם טעגליך, נאך די ארבעט, מיעד און אפגעמוטשעט, צו "לערנען א בלאט גמרא". "במחשכים הושבני כמיתי עולם" האט דער ראש ישיבה נאכגעזאגט פון מוהרא"ש זצ"ל, "זאגט די גמרא – זה תלמוד בבלי, וויאזוי קען מען זאגן אויף תלמוד בבלי 'במחשכים הושבני'? - נאר" האט דער ראש ישיבה געזאגט, "עס איז דיר טונקל? האסט א טונקעלע זשאב, א חושך'דיגע דירה, א פינסטערע בעל הבית? 'זה תלמוד בבלי' – די גמרא איז געמאכט טאקע פאר דיר. אנטלויף צו די גמרא, וועט דיר ליכטיג ווערן". נאכן שיעור האט זיך אנטוויקעלט א שיינע שמועס איבער די הייליגע ספרים וואס רביה"ק מסאטמאר זי"ע האט איבערגעלאזט דער ויואל משה און על הגאולה, ווי דער ראש ישיבה האט פארציילט ווי ער פלעגט אלץ בחור אין צעלימער ישיבה פארלערנען "ויואל משה" ביי לאנטש, און עס זענען געווען בחורים וואס האבן געהאט טענות אויף אים. "ווילסט לערנען ויואל משה? גיי קיין סאטמאר" האבן זיי געטענהט. דער ראש ישיבה האט אויך פארציילט ווי ער האט אראנדזשירט ביי זיי אין ישיבה אז מ'זאל הערן די באקאנטע "שובבי"ם תורות".
דער ראש ישיבה האט ווייטער מחזק געווען אז מ'זאל זיך האלטן אינאיינעם, און בעיקר מיט לערנען און דאווענען.
צו זען בילדער פונעם סיום
צו הערן די שיעור פונעם ראש ישיבה ביים סיום