הפצה ביי אנשי שלומינו ווערט שטערקער און בעסער
יט תמוז תשפ"ה 📝
יעדע מיטוואך נאכמיטאג, קענען אלע זען די פילע צענדליגע גרויסע באקסעס אין בית המדרש וואס קומט גלייך פונעם קרן הדפסה. אין די באקסעס ליגן פארפאקט די ספרים, קונטרסים וכדומה, יעדעס איינס צוגעגרייט פאר יעדן מפיץ לויט זיין תכונת הנפש און געברויך.
און לויט ווי מען הערט פון קרן הדפסה אפיס, זעט זיך א געוואלדיגע העכערונג אין די ארדערס סיי אין כמות, עס קומען צו כסדר פרישע מפיצים, און סיי אין איכות, מען באשטעלט מער זאכן.
רעדנדיג מיט א מפיץ פארציילט ער אונז פון זיין פערספעקטיוו, ווי ער האט זיך געשפירט צוקלאפט, דער סמ"ך מ"ם - זאגט ער אונז - זוכט צו צוקלאפן יעדן, אבער פארלייגט זיך נאך מער אויף מפיצים, אבער ווען ער קומט אריין צווישן אנשי שלומינו, און הערט די פאזיטיווע פידבעק "אה, א מפיץ", דאס געבט אים אסאך חיזוק. ער שפירט ווי זיין א מפיץ איז אן ארויפגעקוקטע זאך ביי אנשי שלומינו, "מיט די צייט האב איך געזען אנשי שלומינו זאגן עס נישט סתם," זאגט ער אונז. "אנשי שלומינו האבן א שטארקע געפיל פאר הפצה."
"איך זע ביי מיר אליינס" זאגט ער ווייטער "ווען איך זע די גרויסע מפיצים ווי רבי נתן יאקאבאוויטש, רבי ראובן בירנבוים, און אנדערע קומען אריין אין בית המדרש, באקום איך טשילס."
ער דערמאנט זיך א סיפור וואס איז געשען אין מאנסי, "איך בין איינמאל ארויס פאר הפצה, וואו גייט מען? דער אויבערשטער האט צוגעפריט צו העריק גאס, איך בין געווען צובראכן, אבער מען דארף עפעס טון פאר פרנסה, מען גייט פון איין אדרעס צום צווייטן, דער נעמט, דער געבט. אינמיטן קום איך אן צו אן אדרעס, איינער עפענט, ער זאגט מיר 'איין מינוט', ער קומט צוריק און ברענגט הונדערט דאלער, דאס איז מיר געווען א געוואלדיגע חיזוק."
נאך א מעשה זאגט ער אונז, "איין טאג בין איך געגאנגען הפצה אין א בית המדרש אין וויליאמסבורג, איך האב מפיץ געווען דעם ספר ארך אפים, אינמיטן קומט צו צו מיר א מיטל יעריגער איד און זאגט מיר, 'מיט יארן צוריק נאך מיין חתונה, בין איך דורך אסאך שוועריקייטן אין שטוב, קיינער מיר נישט געלערנט וואס מיינט שלום בית, ביז איך האב געטראפן טאקע דער ספר ארך אפים, איך האב געטראפן א שטיקל אויף דף ל"ד'.
'איך קען דעם גאנצן דף אויף אויסענווייניג' זאגט ער מיר, ער הייבט מיר אן נאכצוזאגן אויסווייניג דעם גאצן דף, 'יעדן טאג פאר איך בין אהיים געקומען, האב איך עס געלערענט, און דאס האט מיר געטראגן און געראטוועט מיין שלום בית'.
ווי עס איז היינט צו טאג גייען צענדיגע אנשי שלומינו אויף הפצה, יעדער פאר זיך אויף זיין צייט, אויף זיין וועג, און אויף זיין פלאץ, איינער נאכמיטאג, איינער אינדערפרי, איינער אין קרית יואל, איינער אין פלעטבוש, איינער אין שטעטל, איינער אין די קעטסקילס, איינער שפירט אז קונטרסים גייט בעסער, ביי איינעם זוכט מען מער גליונות, איינער זאגט אז ביי אים גייט בעסער יו עס ביס און דער אנדערע טיילט ספרים.
די מפיצים באצאלן פאר די ספרים א גאר קליינע פרייז ביליגער פון קאסט פרייז, און ווערט אויסגעהאלטן דורך די וואס זענען מנדב פאר א זכות אדער מהדורה.
מיר זענען אלע מפיצים, אדער אליינס, אדער מיטן שטיצן די מפיצים און מדפיסים, ווייל מיר האבן איין ציל, צו ברענגען די גאנצע וועלט צום אויבערשטן.
על ידי הפצת ספרי רבינו נביא את משיח צדקינו